איך האב דע לעצטע וואך געליינט אביסל דע אויסגאבע פין המספיק אין סאיז מיר שווער געוארן אפאר קשיות האב איך געטראכט איך וועל מיך אדארך שמיסען מיט מיינע גיטע פריינט דא אויף הייד פארק.
ווי יעדער ווייסט איז המספיק א ארגענאזאציע וואס געט הילף פאר דע וואס מיזן ציקימען ליידער ציקימען דערצו שטעל זיך א קשיא איז עס נאר המספיק וואס קען עס צישטעלן ?
דער ענפער ניין סאיז דא אפאר ביי די היימישער עולם וואס קען אלעס וואס המספיק קען ווי למשל דא אין מאנסי איז הויפט קווארטירט ידי חסד פין ביקור חולים ד'ראקלאנד קאנטי וואס שטעלט צי איבעראל אין אלע אידישע געגנטער די הילף אין אזוי ווייטער רעים אין מעלה אין נאך אפאר וואס איך ווייס נישט פיקטלעך זייערע נעמען.
שטעלט זיך א קשיא איז עס בחינם אזוי ווי אלע אנדערע צדקה צוועקן ?
דער ענפער ניין זיי מאכן אלע געלט פין די רעגרונג ווי אזוי ארבייט עס (לויט מיינע אינפארמעשן די לעצטע טעג) אז זיי באקימען געלט פאר יעדע מענטש וואס זיי העלפן אביסלע מער ווי דע הילף קאסט מיט אפאר פארצענט אין פין דעם באצאלט מען אסאך אויסגאבן (קימט אויס איין זאך בקוציר אז אלע זייערע הוצאות ווערט באצאלט אדארעך דער וואס דארף אנקימען צי זייער הילף דעס איז איינס).
יעצט איז שווער אביסעל פארוואס איז המספיק אזוי גרויס (עכ"פ פאר אינז וואס לייענען זייער פראפאגאנדע יעדע חודש ווייסן אזוי אויב סאיז טאקע אזוי דעס לאז איך פאר אנדערע צי באשליסן)?
ווייל זיי האבן פשוט די בעסטע פאבליק רילעשן'ס קאמפיין אז יעדער מיינט ווען ער ליינט אין די אויסגבע פין המספיק אז זיי זענען געווארן באשטעטיקט פאר עפעס א פראגראם מיינט יעדער אז נאר זיי אין דע אנדערע ווי ידי חסד- רעים- מעלה- אהבה- אין אזוי וויטער קענען נישט צישטעלן די אלע פראגראמען וואס באמת לויט מיינע אינפארמעשן די לעצטע טעג איז עס בכלל נישט אזוי יעדער קען אלעס.
יעצט וואס איז מיין ציל מיט דע הקדמה?
זייער פשוט ווי אזוי האט המספיק פאבליק רילעשאן'ס קאמפיין פארזען אין זיי האבן געמאכט אין די גאזעט פין דע חודש א גאנצע באשרייבינג פין זייער חנוכת הבית אין קרית יואל פין עפעס א בילדינג אין זיי שטעלן זיך אזוי שטארק מיט די צד פין מהר"א אין לייגן אסאך בילדער פין מהר"א מיט זיין דרשה אין אזוי ווייטער ווייסן זיי דען נישט אז זיי האבן אסאך קאנסאמערס וואס געהערן צי אנדערע פארטייען ווי למשל מהרז"ל אדער גאר בני יואל'ע מענטשען ווי אזוי האבן זיי זיך פארעכענט אין געווארן א אפציעלע פאן טרעגער פאר איין צד ווען יעדער פין זיינע קאנסאמער'ס קענען יעדע מינוט אוועק גיין פין המספיק אין גיין צי איינע פין די אנדערע אין ווייטער באקימען אלעס וואס זיי האבן געהאט ביי המספיק זענען זיי דען נישט אז אלע פארטיין זיינען זייער שטארק פאר זייער פארטיי אין וועלן נישט אראפשלינגן אזא זאך ווי מזאל ניצן זייער געלט פאר זייער שונא'ס פראפגענדע מיינט ער טאקע אז מהרז"ל מענטשן זענען גארביטש?
נאכאמאל איך רעד נישט אויף המספיק ח"ו יעדער ווייסט ווי געטריי זיי זענען אין פילטער דא נאר אויס מיינע קשיות איינער וואס וויל ענפערן אין מסביר זיין זייער צד ווערט געבעטן צי שרייבן דא דער עולם ווערט געבעטן זיך ציהאלטן צים ענין איך מיין אז יעדער וועט הנאה האבן
איך זע אז אין חומת הדת האט מען אויך גערעדט פין המספיק אז סאיז געווען דארט תערובות
נשלח ב-29/11/2009 23:50
ס'האט זייער א פשוטער הסבר, ווער עס געדענקט ווען ס'האט זיך גע'עפענט די g&g plaza אין וומס"ב, האט דער בעה"ב פון דזי ענד דזי גערופן אדמו"ר מהרז"ל פאר קביעות מזוזה כאטש ער געהערט צו אדמו"ר מהר"א און האט געזאגט פאר די וואס האבן אים געפרעגט דערוועגן, אז רז"ל איז דא רב און האט דא די קהילה מוז איך מיר צושטעלן צו אים.
די זעלבע איז מיט המספיק אין קר"י וואס דארט איז אדמו"ר מהר"א דער רב און האט די רוב דארפן זיי זיך צושטעלן צו אים.
און אויב דיין קשי' איז אויף די פיקטשערס איז ביי די עפענונג פון G&G אויך געווען בילדער און די צייטונגען און אין כל העולם (אדער עולם החרדי איך געדענק נישט פונקטליך)...
נשלח ב-29/11/2009 23:58
סאיז געקימן אין א צייט וואס דער עולם האט זיך דערמאנט פין די רשעות וואס דער מאיר האט געטיען פארן ציבור דע אלע יארן מיט דע טעפס וואס פארט ארום פינעם מסור ווי מהערט דארט ווי ער רעדט פין מאיר האט עס ציגעגבן ברען שטאף פאר דע וואס זענען גערעגט
נשלח ב-30/11/2009 00:03
PARRKIST כתב:
ס'האט זייער א פשוטער הסבר, ווער עס געדענקט ווען ס'האט זיך גע'עפענט די g&g plaza אין וומס"ב, האט דער בעה"ב פון דזי ענד דזי גערופן אדמו"ר מהרז"ל פאר קביעות מזוזה כאטש ער געהערט צו אדמו"ר מהר"א און האט געזאגט פאר די וואס האבן אים געפרעגט דערוועגן, אז רז"ל איז דא רב און האט דא די קהילה מוז איך מיר צושטעלן צו אים.
די זעלבע איז מיט המספיק אין קר"י וואס דארט איז אדמו"ר מהר"א דער רב און האט די רוב דארפן זיי זיך צושטעלן צו אים.
איך מיין אז די ביסט נישט גערעכט דערמיט זיי רעדען דארט פינעם סקול דיסטריקט וואס מאיר אליין זאגט פאר יעדעם אז זיי זענען רוצחים