בית פורומים אידישע געדאנק

ר' אהרן מאכט פורים פון ר' ישראל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/11/2009 21:01 לינק ישיר 
ר' אהרן מאכט פורים פון ר' ישראל



מיין שוואגער א וויזיניצער חסיד האט מיטגעהאלטן דעם שבת די שבע ברכות ביי א אייניקל פון ר' ישראל און ער פארציילט מיר:

היות ר' חיים הערש מייזיליש איז א איינגעשטעלטער ביי ר' אהרן האט ער אוועק געגעבן די חתונה מיט שבת שבע ברכות פאר זיין פעטער ר' אהרן ווי איידער פאר זיין שווער ר' ישראל, במשך די גאנצע חתונה האט זיך ר' אהרן אויפגעפירט ווי "דער זיידע" אפילו ער איז נאר א פעטער און ר' ישראל דער זיידע וועלכער איז מלומד אין ליידן און שווייגן האט טאקע געשוויגן און געשטאנען אין א זייט.

פרייטאג צונאכטס איז געווען אפגעשמוסט אז די בענטשן וועט פארקומען אין ביהמ"ד 53 ווי ר' אהרן האט געפירט טיש (ר' ישראל האט געפירט אין אולם אנשי ספרד), מען האט אפגעשמועסט אז מען וועט בענטשן 11:00 און ר' ישראל דער זיידע וועט אריבער קומען צום בענטשן.

ר' אהרן האט גענדיגט די טיש 10:45 און האט געוואלט בענטשן האט די גבאי פישער אים געזאגט אז מען דארף ווארטן אויף ר' ישראל וועלכע קומט אין נאך 15 מינוט, ר' אהרן האט זיך איינגע'עקשנ'ט צו בענטשן שוין! וכך הוה דער פעטער האט געבענט'שט און אפגעראכטן שבע ברכות און דער זיידע ר' ישראל איז אנגעקומען נאכן בענטשן! ער האט אריינשפאצירט אין ביה"ד האט מען שוין געהאט אפגעבענטש'ט. ר' ישראל האט געבענטשט אינדערהיים ביי זיין אכסני'. די סאטמארע חסידים האבן נישט נישט געוויסט ווי אהין צו טון פון בושה



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2009 22:07 לינק ישיר 

אין כל העולם כולו האב איך געפענט פונקט דעם זעלבן אשכול און עס איז נעלם געווארן, איך האב אנגעפרעגט דעם מנהל דארט פשט אבער נישט באקומען קיין תשובה. קען מיר איינער מסביר זיין פשט? (איך האב מורא צו פרעגן דארט איך וויל נישט פארלירן די רשות כתיבה)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2009 22:40 לינק ישיר 

נפל טייערע די ביסט נישט די איינציגסטער.. איך האב נעכטען נאכט 3:00AM  געשריבען וועגין דעם מעשה אויף פורים כל העולם אין אזוי שפעט באנאכט זענען די מנהלים געוועהן אויף דאס שנעל אויס צי מעקין... איך האב נאך צי געלייגט אז ווען שראלטשע איז אריין געקומען האט הגה"ק זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון עם אין נישט געגעבען די האנט...
די ארונים מיינען אז זיי וועלען דאס אויס מעקין וועלען זיי מאכען א COVER UP . אינטרעסאנט דא אויף דעם אשכול אדער אויפן אלטען אחים אנחנו מעקט מען נישט אויס מעשות אויף הגז"ל....? פארוואס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2009 23:23 לינק ישיר 

די מעשה גייט נאך ווייטער, נישט נאר דער גבאי ח"ש פישער האט געבעטן ר' אהרנ'ען צו ווארטן אויף ר' ישראל, נאר אויך, דער בעל שמחה זעלבסט, ר' חיים הערש מייזליש, דער אבי החתן, וואס האט געבעטן זיין פעטער ר' אהרן אז ער זאל ווארטן אויף זיי שווער.


אבער ר' אהרן האט באשלאסן צו אנגיין ווייטער מיט זיין אלטע הנהגה פון "אזוי וויל איך און אזוי וועט זיין".



תוקן על ידי yuchw ב- 29/11/2009 23:26:10




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2009 00:40 לינק ישיר 

נפל כתב:
אין כל העולם כולו האב איך געפענט פונקט דעם זעלבן אשכול און עס איז נעלם געווארן, איך האב אנגעפרעגט דעם מנהל דארט פשט אבער נישט באקומען קיין תשובה. קען מיר איינער מסביר זיין פשט? (איך האב מורא צו פרעגן דארט איך וויל נישט פארלירן די רשות כתיבה)


דיינע טענות האבען אויף געטין.... די אשכול אויף כל העולם איז צירוק געקומען... (ביטע נישט אויס מעקין דעם לינק אויב די ארונים מעקין עס נאכאמאל אויס זאל מען האבען באווייז...)
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2725762&forum_id=16386


תוקן על ידי SatmarBum ב- 30/11/2009 00:40:44




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2009 01:01 לינק ישיר 

איך הער אז רבי ישראלטשע איז גיווארן א זאלי, ער האט שוין שבת אינדערפרי גידאווענט אין 52, מוצאי שבת איז ער גלייך אראפ גיפארן צו זאלי אין מקבל מרות גיווען פין עם ער האט אינטערגישריבן א קעגן עירוב, אין מע האפט אז ער גייט זיך צישטעלן צים חרם איסור אין קונם אקעגן רבי דוד עקשטיין,

וואסא לוזערס די זאליס, זיי באקן מעשות אין קלאפן זיך אין בויך, איך בין גיווען אויף שבת אין בארא פארק ביים רבי אין בין גיווען ביים טיש, מען האט אפגעשמיסט מיט רבי ישראל אז ער זאל דארט זיין 10:30 למעשה 10:45 איז ער נאכנישט דארט געווען האט דער רבי געזאגט אז ער מיינט מען זאל בענטשן אין ביני לביני וועט ער אנקימען, האט חיים שלמה ציגעריפן רבי חיים הערש צי הערן וואס ער זאגט, האט ער געזאגט פארן רבי אז מען קען רוהיג בענטשן ווייל זיין שווער וועט  קימען נאכן בענטשן, למעשה האט מען אנגיהויבן צי בענטשן 11:05,  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2009 01:06 לינק ישיר 




תוקן על ידי דיןתורה ב- 30/11/2009 01:07:27




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2009 01:35 לינק ישיר 
ביי די חתונה איז שוין ר' אהרן געווען ווילד - קוקט א בילד




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2009 02:53 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
איך הער אז רבי ישראלטשע איז גיווארן א זאלי, ער האט שוין שבת אינדערפרי גידאווענט אין 52, מוצאי שבת איז ער גלייך אראפ גיפארן צו זאלי אין מקבל מרות גיווען פין עם ער האט אינטערגישריבן א קעגן עירוב, אין מע האפט אז ער גייט זיך צישטעלן צים חרם איסור אין קונם אקעגן רבי דוד עקשטיין,




אייך גלייב נישט.. עס קען נישט זיין אמת...מיר שטייען ווייט פין א ציוני



תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 30/11/2009 02:55:00




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/11/2009 03:07 לינק ישיר 

אזוי ווייט ווי פון די בג"ץ????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2009 06:24 לינק ישיר 

איך האלט אז בלויז נישט ווארטן פאר ר' ישראל'ן איז נאך זייער שיין, איך ווייס נישט וואס איר מאכט אזאלאכע גראמאזן, אפשר ווערט ר' אהרן אויס ציוני און קערט זיך אים צו די אלטע דרכים פון סאטמאר, נעקסטע מאל וועט ער טון אזוי ווי די בני יואל און זאלויניס האבן געטאן מיט זיין טאטען און נאסע קאלאזיום, באווארפן מיט אראנדש שאלעכץ און ציגראדשענן זיין פיס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2009 06:35 לינק ישיר 

בןהשני כתב:
אזוי ווייט ווי פון די בג"ץ????

אזו ווייט ווי מיר שטייען פין עברית...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/11/2009 07:15 לינק ישיר 

עטס קענט נישט אונזער ר' אהרן, ווען ער קען כאפן א שמחה איז ער יא "זיידע". ער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2009 17:26 לינק ישיר 

פארוואס זאל ער זאן אנדערשט ווי זיין טאטע אין זיין עלטער פעטער, ביי ר' אברהם יושע לעוו האט דער ברך משה אלץ פעטער זיך גיפירט מעשה זיידע, ביי די מאזשאער חתונה האט דער דברי יואל אלץ פעטער זיך גיפירט מעשה זיידע ני פארוואס זאל זייער ממלא מקום דער היינטיגער סאטמארער רבי אלץ פעטער זיין אנדערשט.   



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2009 17:47 לינק ישיר 

ווייל דא איז דא א זיידע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2009 17:55 לינק ישיר 

מ'טענה'ט זיך דא ארום אויף נערישקייטן
ווער עס קען ר' ישראל, ער וואלט אליין אוועק געגבן די גאנצע רבי'טעווע פאר זיין שוואגער,
כ'ווינדער מיך אויף די גאנצע אשכול, וואס באדערט אזוי שטארק פאר צד מהרי''י די גאנצע חתונה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר' אהרן מאכט פורים פון ר' ישראל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext