מעשה שהי' כך הי', איינער גראס וואס איז נפתלי גנב שלעזינגערס אייניקל האט באפאלן ר' ישראל מיילך שוויממער אין עם אנגישייגעצט אין גישריגן מסור מלשין וכו' שוויממער האט זיך נישט וויסענדיג גימאכט אין גיוואלט ווייטער גיין האט גראס עם פארשטעלט דעם וועג אין נישט גילאזט ווייטער גיין האט עם שוויממער געגעבן ש שטיפ אין די גלעזער איז פאר דעם גראס אראפ געפאלן האט ער אנגעהויבן צו פראסקענען אין שטויסן דעם שוויממער, שוויממער איז אוועק גילאפן, שפעטער איז גראס גיקימען מיט פאליציי אין אויף געפיקט שוויממער אין שוויממער האט צוריק גיקלאגט גראס, למעשה האט מען שוויממער ארויס גילאזט נאך א צוויי שעה אבער דעם גראס וואס האט אויף זיך אפאר ערענסטע ווארענטס האט מען איינגעשפארט אין ס'ווארט אויף עם א ערנסטע משפט פין ערענסטע קרעדיט קארד גניבות, בקיצור נפתלי גייט באקימען קאמפאני בקרוב.
נשלח ב-30/11/2009 01:14
נפל כ'זעה די ריפסט אים אן מסור דיין דעת בעה''ב איז קעגן די דעת תורה פין הגה''צ רבי יצחק מאשקאוויטש שליט''א דומ''ץ נייטרא וועלכע האט קלאר געזאגט אז זיי האבען נישט קיין דין פין א מסור (ווי אויך האבען הגאונים הרב ראזנבלום ר''י שערי יושר אין הג''ר משה גרין שליט''א שטארק מכבד געווען די משפחה ביי א הכנסת ס''ת אין די צייט וואס מ'האט פראבירט צו באשמיצן די משפחה) אין ביזט לכאורה מחיוב אים צו גיין מפייס זיין
אגב, אויב הייסט דאס מסורה, דאן איז דאס וואס איינער פין די גרויסע ביי צד מהרי''י האט געטוהן ביי די פרשה פין ר' אביגדור יאקאבאוויטש ע''ה, זיכער מסירה. (והדברים ידועים, כ'וויל נישט שרייבען זיין נאמען) ספעיציעל קוקט מיר אויס מורא'דיג מאדנע ווען צד מהרי''י שרייט אויף יענעם מסור ווען אין פאקט זענען זיי שטארק עפענטליך מקרב יוסל וואדלמאן וועלכער איז לכו''ע א מסור, אין בשעתו האבען האבען די רבנים פין די גאנצע וועלט אינטערגעשריבן א קול קורא נגדו.
דאס וואס ס'פארגעקומען ביי ר' אביגדור יאקאבאוויטש ווייס איך נישט, און לגבי יוסל וואלדמאן איז זיכער אז עס האט געדראעט אויף אידישע קינדער צו גיין זיצען איז דאס זיכער מסירה! און וואס איז דיין קשי' אז אדמו"ר מהרז"ל איז אים מקרב? אויב דאס איז זיין עבירה שטייט ער נאך גאנץ גוט!
נשלח ב-30/11/2009 01:46
א גרויסע מחלוקה ציווישן רבי יצחק מאשקאוויטש שליט''א אין PARRKIST, רבי יצחק מאשקאוויטש זאגט אז שוויממער איז נישט קיין מסור, אין PARRKIST זאגט אז יא נו וועם דארפן מיר גלייבן.
נשלח ב-30/11/2009 02:18
גערעכטער, איך גלייך זייער נישט צו רעדן אויף אזעלעכע וועלכע זענען סאך גרעסער פון מיר בחכמה ובשנים, איך האב נישט קיין שום מחלוקה מיט הרה"ג דער נייטרא דיין שליט"א, און איך האלט מיר נישט ווערד אז מיין נאמען זאל שטיין אויף איין שורה מיט זיין.
די ווילסט מיר דווקא צודריקן צום וואנט און ווילסט יא הערן פארוואס איך האלט אז ער איז א מסור כאטש הרה"ג הנ"ל האלט אנדערש?
וועל איך דיר נאר אזויפיל מגלה זיין אז ווען עטליכע עסקנים זענען אריין צו אים בנוגע די פרשה האט ער געזאגט איך וויל פון גארנישט הערן, האט אין איינע פון די עסקנים וועלכע איז געווען מיט אים זייער בידידות געפרעגט דער דיין האט געזען די פאפירן פון די מסירה? האט ער געענטפערט ניין, און זיך צובייזערט 'כהאב שוין געזאגט איך וויל פון גארנישט הערן און מער נישט געוואלט רעדן דערפון!
אפגעזען אז א אפענער בריוו אדער פסק ווי ער שטעלט זיך אפען ארויס לטובת די מוסרים איז נישטא (אפילו זיי וואלטן עס גאנץ גרינג געקענט באקומען פון אים)
דיין שמוציגע שפראך אז מען גייט איינזעצן גראס איז ממש צוגעפאסט פאר אן אהרוני, וואס האט א ראש הקהל דוד עקשטיין מסור, וואס האט זיך מודה געווען ברבים, אז ער האט געוויסט פון די מעשה רציחה צו פארברענען א קימפעטארן היים און דאס צוגעלאזט.
דער מסור דוד עקשטיין, וואס מען הערט אויפן טעיפ ווי ער גיט ארויס באפעלן פאר יונגע חברה וויאזוי צו טעראריזירן אידן, דער איז ביי ענק א "ראש הקהל", און די יונגע שלעגערס זענען שוין היינט אנגעקומען צו זיין "חברי הנהלת הקהלה".
ביזט אפשר נישט שולדיג, דו האסט אזא רבי'ן מיט אזא ראש הקהל, איז ביי די לייכט צו רעדן פון רשעות מיט אזא לייכטקייט.
נשלח ב-30/11/2009 17:18
סיפארשטייצעך אז גראס איז א גואל הדם ווייל ער איז א אייניקל פין נפתלי גנב אין ער מעג שרייען אין שלאגן דעם שוויממער אבער שוויממער איז נישט א גואל הדם אויף זיך אליין, ער דארף אויסשטרעקן זיינע באקן אין זאגן פאטש, דאס איז א טיפיקל זאלי סברה, אין גראס איז נישט אויף צרות פאר שלאגן שוויממער'ן נאר פאר זיין א פערד, איינער וואס ווייסט אז ער האט אוף זיך א פעקל שטייט אוועק פין טראבל, ער זאגט אז ער האט נישט גיוויסט אז פאר א ווארענט אין ניו דזשערזי שפארט מען אן אין ניו יארק, אין פאר זיין א אקס קען מען זיצן, רבי דוד עקשטיין שליטא איז א איד א צדיק, ער בעט דעם דשאדש מען זאל חלילה נישט איינשפארן די מחוצפים אין פורקי עול די מרימי יד בתורת משה וואס חז''ל ריפט אן רשעים בעט ער מען זאל זיי נישט איינשפארן נאר דאס בית המדרש זאל מען אפשפארן ביז זיי וועלן זיך ברעכן אין גיין צי דין תורה, דאס איז מסירה?, אין וואס איז יאנקל כהנה מיט אביש וויינבערגער וואס האבן גיבעטן מען זאל אנשפארן היימישע אידן, דאס איז נישט מסירה?, אין נישט נאר גיבעטן נאר ארעסטיר בפועל בחורים פאר חטא פין צינעמען זייער אייגענע קרוין, דאס איז נישט מסירה? ארעסטירן 26 בחורים פארן נישט פאלגן אביש וויינבערגער דאס איז נישט מסירה, היפיקראטן.....
חי שעה די האסט טאקע נישט קיין פראבלעם מיט ליגענט? ווער געדענקט נישט ווי ענקערע בחורים האבען נאכגעשריגען הג''ר יצחק שליט''א די גאנצע וועג פין ביהמ''ד ביז זיין הויז (דאס איז געווען די טעראר וואס יעדער האט געקענט זעהן)
באלד וועסטו אויך לייקענען אז הגאון ר''י שערי יושר אין הגר''מ גרין האבען זיך באטייליגט ביי די הכנסת ס''ת פין משפחת שלעזינגער דעמאלטס.
נשלח ב-30/11/2009 18:17
אינטרעסאנט, רבי יצחק מאשקאוויטש וואס איז באקאנט אלץ א שטרענגער ערליכער רב וואס איז מקיים דעם לא תגירי מפני איש אופן גרעסטן פארנעם האט מורה פאר די פעדערעל עדזשענס אבער חיי שעה ציטערט גארנישט ער לאכט פין די פעדערעל עישזענס, הפנים חיי שעה איז אויך גילעבט, רבי יצחק מאשקאוויטש האט דורעך גיליינט אלע קארט פעיפערס אין גיזאגט ברבים אז אין כאן שמץ מסורה, זיי זענען נישט קיין מוסרים, קענסטי זאגן ביז מארגן אז ער טיט דאס פאר פחד, אין אפשר איז דער איסור אויף רבי דוד עקשטיין שליט''א פין דעם מישמאשער אויך פאר פחד, ער האט דאך גישריבן אז דער איסיר אוף יאשקע וואלדמאן איז נאר גיווען פאר פחד, ניין ביי ערליכע רבנים איז נישט דא אזא זאך זיי פסקענען מיט מסירת נפש, אין אז רבי יצחק מאשקאוויטש זאגט אז זיי זענען נישט קיין מוסרים דארף מען עם גלייבן.
נשלח ב-30/11/2009 18:20
דין תורה מיט וואס האסטו אפגעוואנדן חיי שעה?
אפילו אויב מיר וועלן זאגן אז דאס וואס דו שרייבסט אז מ'האט נאכגעשריגן נייטרא דיין איז מער אמת ווי רוב פון דיינע דמיונות, מיינט עס אז ער האט זיך ארויסגעשטעלט לטובת די מוסרים שלעזינגער?!!
איך קען טאקע נישט פעסט שטעלן חיי-שעה'ס ווערטער, אבער אזויפיל איז מיר באוויסט אז הגאון הנ"ל האט נישט געשריבן קיין ווארט לטובת די מוסרים!
נשלח ב-30/11/2009 18:34
אין דאס אז מע איז זיי מכבד אין מע געט זיי עליות איז נישט גיניג ראי', איז יאנקל כהנה מיט שאול פערלשטיין אין אביש וויינבערגער א מסור ווייל רבי יצחק מאשקאוויטש האט נישט גישריבן אז נישט?
נשלח ב-30/11/2009 19:59
גערעכטער, דו ביסט א גראבער שקרן, מ'האט רבי יצחק מאשקאוויטש קיינמאל נאכגעשריגן, די סאטמארער בחורים פון וומסב"ג זענען נישט געוואקסן מיט די ארונישע חינוך וואס שרייען נאך רבנים און ווארפן שאלעכץ, צינדן אונטער בנינים און זינגען "פאסיגע" הקפה ניגונים ביי אידישע לויות..
אויך וואלט איך געוואלט זייער וויסן, אויב איז רבי יצחק מאשקאוויטש אזא גדול אז זיין מיינונג בנוגע די מוסרים איז אזוי שטארק טראץ וואס ער איז געווען א "איינציגער יחיד" אקעגן אלע רבנים און דיינים, און ער האט מיט קיין שום רב אדער עסקן נישט געוואלט רעדן די ענין, און דא פלוצלינג ווען די ארונים האלטן נישט פון קיין איין ערליכע איד, און דא איז רב מאשקאוויטש ווען ער קאווערט פאר די מוסרים אזוי שטארק ביי ענק, אפשר זאגטו מיר, פארוואס ווען דער זעלבער רב מאשקאוויטש זאגט און פסק'עט אז ווער ס'טראגט שבת אין וויליאמסבורג איז חייב סקילה, פארוואס איז דעמאלס זיין מיינונג קיין מיינונג?