למען האמת, בענין די שחיטות פארן היימישן ציבור
אין קרית יואל פלעגט מען שחט'ן 6 טעג א וואך, די לעצטע פאר וואכן האט מען געשניטן איין טאג, מ'שחט מער נישט פרייטאג. און מ'רעדט שוין דערפון צו שניידן נאך א טאג, און שחט'ן נאר פיר טעג
ס'מיינט גארנישט פערזענליך קרית יואל, ווייל אין מהדרין (זשי ענד זשי) האט מען אויך לעצטנס געשניטן, מ'האט פארשיקט א שוחט, און די קומענדיגע 10 וואכן גייט מען נאר שחט'ן 3 טעג א וואך. דאס זעלבע אין וויינלאנד האט מען לעצטנס עטליכע מאל געשחט'ן נאר 3 טעג. אין מארוויד (מאנטריאל) האט מען אויך פארשיקט עטליכע שוחטים.
די סיבה איז פשוט, לעצטנס האבן זיך אלע בתי שחיטה פארברייטערט, בשעת רובאשקין האט זיך מער ווייניגער פארמאכט, [בהמות שחט מען דערווייל בכלל נישט, עופות שחט מען אויף גאר א קליינעם פארמאט], מהדרין האט געהאט א שריפה פאריאר נאך פורים, האבן אלע אנדערע פרובירט צו בענעפטירן דערויף, קרית יואל האט צוגעבויעט, מארוויד האט זיך פארברייטערט, וויינלאנד האט געזוכט נאך שוחטים
אבער למעשה איז נישטא קיין פארלאנג, ווייל די היימישע מארקעט איז נישט גענוג גרויס, מהדרין האט נאך שבועות צוריק געעפנט פיל גרעסער ווי פארדעם. און דערצו איז צוגעקומען די נייע שחיטה פון ר' יחיאל באב"ד שליט"א, און אויך מארוויד האט זיך היבש פארגרעסערט, אויך אין עמפייער איז צוגעקומען א היימישע השגחה פון ר' בנימין גרובער שליט"א (נישט אויף די גאנצע, נאר געוויסע טעג), און די היימישע מארקעט איז נישט גענוג גרויס אז יעדער זאל קענען פארקויפן אזויפיהל, דערפאר האט יעדער אנגעהויבן שניידן די פראדוקציע.
אבער דאס איז זיכער אז קרית יואל קען שוין "יא" נאכקומען די פארלאנג.
 |
|
|