בית פורומים אידישע געדאנק

ווי גייט ר' אהרן צינדן חנוכה לעכט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/12/2009 08:49 לינק ישיר 
ווי גייט ר' אהרן צינדן חנוכה לעכט?

ווי באקאנט איז דער יעצטיגע מערכה פון דוד עקשטיין אפצושפארן די רביצין'ס הויז געצילט געווען צו עפענען דעם טיהר פון שול צום די רביצין'ס הויז, אזויווי די צייטן פון רביה"ק, און ר' אהרן זאל צינדן דארט חנוכה לעכטל,

ר' אהרן האט זיך געשפירט זייער חוזק מיטן צינדן ערגעץ אינמיטן בית המדרש מיטן לייגן דארט א ברעטעלע וואס האט א טיר מיט א מזוזה אויף די זייט, ער צינט בטפח הסמוך לפתח, ער איז נעבעך געווען ללעג ולקלס, האט ער באשלאסן אלעס אנצוווענדן צו עפענען דעם אלטן טיר וואס ער שטייט דארט בטפח הסמוך לפתח, און דארט וועט ער צינדן,

די ארונים זאגן אז היי יאר תש"ע וועט ר' אהרן שוין צינדן חנוכה לעכט ביי דעם טיר אריין צו די רביצין'ס געוועזענע בית המדרש וואס ווערט יעצט אוועקאירט, די בני יואל זאגן אז דאס וועט קיינמאל נישט פאסירן,

ונזכה ונחי' ונראה,



תוקן על ידי פישמאן ב- 06/12/2009 08:55:13




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2009 08:59 לינק ישיר 

רב פישמאן

יעצט איז נישט די צייט אויף די סארט שמועסן.
יעצט איז די צייט זיך משתתף צו זיין בצערן של ישראל, און מיטוויינען מיט די צובראכענע אידן וואס ווערן געפייניגט און מען פארשליסט זייער שול.
יעצט איז די צייט זיך משתתף צו זיין בצערו פון דעם מקום קדוש וואס ווערט פארשלאסן דורך רשעי ישראל.

מען וועט נאך צוריקקומען צו דעם שמועס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2009 20:02 לינק ישיר 

אין יעדן פאל שאדט נישט אביסל לצינותא דע"ז



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2009 20:40 לינק ישיר 

יקומו נא כל הנערים וישחקו לפנינו

כל הנערים, וואס איז דער ליצנות?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2009 20:48 לינק ישיר 

פארשטייצעך אז בשעת די לויה דארף מען נישט רעדן פון לעכט צינדן, אבער מוז מען אויך ווארטן ביז נאך די שבעה?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2009 21:06 לינק ישיר 

צו ר' אהרן וועט צינדען חנוכה ליכט תש"ע ביי דעם טיר ווייס איך נישט, אבער ס'קען זייער מעגליך זיין אז ער וועט נאך צינדען אין ראדני ביים טיר נעקסטן חנוכה,

לאמיר נאר ווארטן אויף דעצעמבער דעם 14טער, דעם טאג וואס די זאלונים האבן פרובירט מיט אלע כוחות אפצושטיפן אבער דער אפאלאט געריכט האט עס אפגעווארפן,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2009 21:29 לינק ישיר 

עס איז נישט די ערשטע מאל אזא מעשה.
קוקט אריין אין (מלכים א כא א) וועט איר זען.

כרם היה לנבות היזרעאלי אשר ביזרעאל אצל היכל אחאב מלך שמרון, וידבר אחאב אל נבות לאמר תנה לי את כרמך ויהי לי לגן ירק כי הוא קרוב אצל ביתי ואתנה לך תחתיו כרם טוב ממנו אם טוב בעיניך אתנה לך כסף מחיר זה. ויאמר נבות אל אחאב חלילה לי מה' מתתי את נחלת אבותי לך.
ויבא אחאב אל ביתו סר וזעף על הדבר אשר דבר אליו נבות היזרעאלי ויאמר לא אתן לך את נחלת אבתי וישכב על מטתו ויסב את פניו ולא אכל לחם. ותבא אליו איזבל אשתו ותדבר אליו מה זה רוחך סרה ואינך אכל לחם, וידבר אליה כי אדבר אל נבות היזרעאלי ואמר לו תנה לי את כרמך בכסף או אם חפץ אתה אתנה לך כרם תחתיו ויאמר לא אתן לך את כרמי.
ותאמר אליו איזבל אשתו אתה עתה תעשה מלוכה על ישראל קום אכל לחם ויטב לבך אני אתן לך את כרם נבות היזרעאלי, ותכתב ספרים בשם אחאב ותחתם בחתמו ותשלח הספרים אל הזקנים ואל החרים אשר בעירו הישבים את נבות, ותכתב בספרים לאמר קראו צום והשיבו את נבות בראש העם, והושיבו שנים אנשים בני בליעל נגדו ויעדהו לאמר ברכת אלקים ומלך, והוציאהו וסקלהו וימת.
ויעשו אנשי עירו הזקנים והחרים אשר הישבים בעירו כאשר שלחה אליהם איזבל כאשר כתוב בספרים אשר שלחה אליהם, קראו צום והשיבו את נבות בראש העם, ויבאו שני האנשים בני בליעל וישבו נגדו ויעדהו אנשי הבליעל את נבות נגד העם לאמר ברך נבות אלקים ומלך ויצאהו מחוץ לעיר ויסקלהו באבנים וימת, וישלחו אל איזבל לאמר סקל נבות וימת.
ויהי כשמע איזבל כי סקל נבות וימת ותאמר איזבל אל אחאב קום רש את כרם נבות היזרעאלי אשר מאן לתת לך בכסף כי אין נבות חי כי מת, ויהי כשמע אחאב כי מת נבות ויקם אחאב לרדת אל כרם נבות היזרעאלי לרשתו.
ויהי דבר ה' אל אליהו התשבי לאמר, קום רד לקראת אחאב מלך ישראל אשר בשמרון הנה בכרם נבות אשר ירד שם לרשתו, ודברת אליו לאמר כה אמר ה' הרצחת וגם ירשת, ודברת אליו לאמר כה אמר ה' במקום אשר לקקו הכלבים את דם נבות ילקו הכלבים את דמך גם אתה, ויאמר אחאב אל אליהו המצאתני איבי ויאמר מצאתי יען התמכרך לעשות הרע בעיני ה', הנני מביא אליך רעה ובערתי אחריך והכרתי לאחאב משתין בקיר ועצור ועזוב בישראל: ונתתי את ביתך כבית ירבעם בן נבט וכבית בעשא בן אחיה אל הכעס אשר הכעסת ותחטא את ישראל: וגם לאיזבל דבר ידוד לאמר הכלבים יאכלו את איזבל בחל יזרעאל: המת לאחאב בעיר יאכלו הכלבים והמת בשדה יאכלו עוף השמים: רק לא היה כאחאב אשר התמכר לעשות הרע בעיני ה' אשר הסתה אתו איזבל אשתו:






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2009 22:29 לינק ישיר 

וואס דאפסטי גיין אזוי ווייט, נישט לאנג ציריק האט מען פארשפארט אין וויליאמסבורג א בית המדרש פין די חשובסטע סאטמארע יונגעלייט, וואס זייער מנין איז גיווען א שם דבר, האט מען מיט רציחה פארשפארט דאס בית המדרש, אין זיין האבן נישט גיקענט גיין אקעגן איבער זיי האבן זיך גימיזט דינגען א ניי פלאץ אויף 141 ראס סטריט, אין אין פוצה פה ןמצפצף, איך האב נישט גיזען קיין מחאה פין שארמאשער, מע האט אפגישפארט א בית המדרש בית יואל פון ר' נחמן בראך מיט א רציחה שאין כמוהו, ווי איז דער טשאדער דעצאלטס גיווען, מען האט ציגישפארט די בית המדרש פין בניני זופניק מיט גרויסע דייטשע כלבים, ווי זענען דאן גיווען די מוחאים, על כל פנים כבר הי' לעולמים אין מע דארף נישט קריכן ביז מלכים א'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2009 23:00 לינק ישיר 

מיט 25 יאהר צוריק האט דער מסור דוד בן פעסל פארשפארט א בית המדרש אין קרית יואל. יענעם ביטערן חודש איז דוד געקומען מיט נאך א איד וואס איז שוין בעלמא דקשוט, זיי האבן דאמאלט געהאט די אויבערהאנט און בעלי זרוע אויף קרית יואל, האבן זיי פארשפארט די שארמאשער בית מדרש פון הצדיק הישיש משארמאש ז"ל. קיינער האט זיך נישט געטרויעט מוחה זיין ווייל ס'איז געוועהן א שעת סכנה, ס'איז געוועהן תיכף נאכ'ן קרוינען דעם בן הגדול פאר רב בקרית יואל. קיינער האט זיך נישט געקענט אנרופן א ווארט. 
ליידער האט דאס דאמאלט געקאסט ביטערע קרבנות און 3 טייערע משפחות פון קרית יואל האבן יענעם פאלגענדען יאהר פארלוירן די עקרת הבית. ס'זענען ל"ע געוועהן קרוב צו 30 יתומים.

ב"ה אז היינט קען מען לכל הפחות מוחה זיין און משתיק זיין דעם חרון אף. ביז השי"ת וועט העלפן אז די אידן וועלן תשובה טוהן. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2009 23:53 לינק ישיר 

שימעלע די סטראשעסט וועגן איבער נעמען ראדני, זיי מוחל דערמאן דיין רעבע, אז פאר אכט יאר חנוכה האט ער אויך געפלאנט איבערצונעמען דעם ראדני שול, ער איז געקומען דאווענען פרייטאג צו נאכטס אין ראדני און זיך געשטעלט זאגן גוט שבת מיט א שמייכל ביים געיט, ווען אויף זיין רעכטע זייט שטייט יוסי בראך און אויף זיין לינקע זייט צוויבל, און פלוצלינג הייבט ער אן צו וויינען נפלה עטרת ראשינו,דער שטריימעל מיטן קאפל פליען און דערצוה צוויי פלאמעדיגע פראסקעס אויף זיין שמיציגן פרצוף,
ויברח ער איז געלאפן מיט די נשמה אין די האנט אנעם שטריימעל אנעם קאפעל, ער איז געלאפן ביז היוס סטריט זיך ניטאמאל אויסגעדרייט קוקען,

און די רעדסט נאך פון קומען צינדען אין ראדני?

פרעג דיין רבי צו ער וויל נאך איבערטרעטן דעם שוועל פון ראדני,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2009 00:26 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
וואס דאפסטי גיין אזוי ווייט, נישט לאנג ציריק האט מען פארשפארט אין וויליאמסבורג א בית המדרש פין די חשובסטע סאטמארע יונגעלייט, וואס זייער מנין איז גיווען א שם דבר, האט מען מיט רציחה פארשפארט דאס בית המדרש, אין זיין האבן נישט גיקענט גיין אקעגן איבער זיי האבן זיך גימיזט דינגען א ניי פלאץ אויף 141 ראס סטריט, אין אין פוצה פה ןמצפצף, איך האב נישט גיזען קיין מחאה פין שארמאשער, מע האט אפגישפארט א בית המדרש בית יואל פון ר' נחמן בראך מיט א רציחה שאין כמוהו, ווי איז דער טשאדער דעצאלטס גיווען, מען האט ציגישפארט די בית המדרש פין בניני זופניק מיט גרויסע דייטשע כלבים, ווי זענען דאן גיווען די מוחאים, על כל פנים כבר הי' לעולמים אין מע דארף נישט קריכן ביז מלכים א'.

ר' אהרן ט"ב איז דער רשכבהג ער דארף מתקן זיין די גאנצע וועלט, וואו איז ער געווען ווען מ'האט צוגעשפארט דע אלע פלעצער?? שארמאשער רב מיט טשאטה'ער רב מורי הוראה אין קרית יואל האבן נאך אזופיל רעכט ווען מ'שפארט צו זייער שול וואו זיי דאווענען יעדן טאג, צו מוחה זיין, אבער אז דו רעדסט פון אנדערע שוהלן דעס גיהערט שוין פאר דיין רבי וואו איז ער געווען???? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2009 01:16 לינק ישיר 

פארשטייצעך, פארוואס האסטו פארדרייט דעם אשכול מיט פסוקים אין תנ"ך, מ'רעדט יעצט בכלל נישט פון דעם.


מיין מיינונג איבער די חנוכה לעכט איז, אז דער רבי (מהר"א) גייט צינדען עטליכע טעג חנוכה ביי די טיר צום רעביצינ'ס הויז...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2009 01:35 לינק ישיר 

די מעשה אין תנך איז ממש פאסיג אהער.


דארט האט זיך פארשמעקט פאר אחאב הרשע די פעלד פון נבות וואס איז געווען נעבן אים, און נבות האט אים דאס נישט געוואלט געבן, איז ער געווארן אנגעבלאזן, און זיין ווייב האט אים געזאגט זארג דיך נישט איך וועל עס דערליווערן. איז זי געגאנגען מיט רשעות, און אנגעהויבן א קעיס קעגן נבות, ווען מיט פאלשע עדות האט ער פארלוירן האט מען אים גע'הרג'ט און צוגענומען דאס פעלד. דאן האט אחאב באקומען א שרעקליכע קללה.

די זעלבע זאך האט זיך דא אפגעשפילט, ר' אהרן האט זיך פארשמעקט די הויז פון זיינע שכנים, קהל בית יואל, צו ווייל ער וויל דארט צינדן חנוכה ליכט, צו ווייל ער דארף דארט א בית הכסא.
אזוי ווי קהל בית יואל האט אים דאס נישט געוואלט געבן דעם מקום קדוש, האט ער געשיקט זיין רשע דוד מסור עקשטיין, וואס האט אים צוגעזאגט דאס צו דערליווערן.
ליידער איז אים דאס היינט געלונגען, עכ"פ צייטוויליג, אפצושפארן דעם מקום קדוש, פארשטערן דעם באשעפערס הויז, פאר זיין אני ואפסי.

נאר דער איינציגער חילוק איז, אז היינט האבן זיך צוזאמענגענומען טויזנטער אידן, בראשות פון גדולי ישראל, און מוחה געווען ברבים, ברחובה של עיר, קעגן די מעשה פשע, און קעגן דעם מענטש וואס רופט זיך שלא ביושר "רב" פון די שטאט, מיט פאראייניגטע כוחות פון טויזנטער מענטשן, לאמיר האפן אז דאס וועט אראפנעמען דעם חרון אף פון די שטאט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2009 01:35 לינק ישיר 

[quote]

מיט 25 יאהר צוריק האט דער מסור דוד בן פעסל פארשפארט א בית המדרש אין קרית יואל. יענעם ביטערן חודש איז דוד געקומען מיט נאך א איד וואס איז שוין בעלמא דקשוט, זיי האבן דאמאלט געהאט די אויבערהאנט און בעלי זרוע אויף קרית יואל, האבן זיי פארשפארט די שארמאשער בית מדרש פון הצדיק הישיש משארמאש ז"ל. קיינער האט זיך נישט געטרויעט מוחה זיין ווייל ס'איז געוועהן א שעת סכנה, ס'איז געוועהן תיכף נאכ'ן קרוינען דעם בן הגדול פאר רב בקרית יואל. קיינער האט זיך נישט געקענט אנרופן א ווארט. 
ליידער האט דאס דאמאלט געקאסט ביטערע קרבנות און 3 טייערע משפחות פון קרית יואל האבן יענעם פאלגענדען יאהר פארלוירן די עקרת הבית. ס'זענען ל"ע געוועהן קרוב צו 30 יתומים.

ב"ה אז היינט קען מען לכל הפחות מוחה זיין און משתיק זיין דעם חרון אף. ביז השי"ת וועט העלפן אז די אידן וועלן תשובה טוהן. 
[/quote]
די אייבערשטער האט דיר פונקליך דערציילט פארוואס יעדער ווערט נפטר?
COME ON. נאר נישט די ביליגע משוגעת'ן.
ווייל אויב יא, פארוואס איז נפטר געווארן זילא פערלשטיין?
איך מיין אז עס איז שוין געקומען די העכסטע צייט סיי פון די ארונים און סיי פון די זלונים, נישט צו שרייבן פארוואס איינער ווערט נפטר. מסכים???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2009 06:04 לינק ישיר 

הר"ר אלתר משה שליט"א זאגט גוט, וואס דארף ר אהרן טייטעלבוים אזוי די רעבעצין'ס שול, ער ברויך די טיר מיטן מזוזה צו קענען צינדען די מנורה, נו מה כל הרעש ער קען גיין אין זיין הייליגן פובליק סקול צינדען די מנורה דארט דארף מען נישט קיין מזוזות.., און זאל אונז ווייטער לאזן במנוחה  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2009 10:52 לינק ישיר 

פארקקיסט שרייבט אז ר' אהרן גייט צינדען אפאר נעכט ביי די טיר פון די רביצין

די שאלה איז נאר וועלכע רביצין, די מיינסט מסתם דעם וויזניצער'ס טאכטער,

איך האלט אויך אז ער וועט דארט צינדען אפאר לעכט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ווי גייט ר' אהרן צינדן חנוכה לעכט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext