| נשלח ב-8/12/2009 22:38 |
|
| |
הכרת הטוב פאר וואס?
הרב גלאנץ איז מיט א יאר צוריק הייזעריג געווארן שרייענדיג אין די וויליאמסבורגע גאסן קעדן מארטי קאנאר און וויטא לאפאז, ער האט געשריגן מיט קולי קולות
הכרת הטוב פאר וואס? פאר די טייערע מארגעדשעס? פאר די סטאק מארקעט קראך? וכדו' אלע צרות פון די גאנצע וועלט זענען זיי דאך שולדיג - אלזא איז די פראגע פארוואס קומט זיך זיי הכרת הטוב,
יעצט הערט מען אז אין סטיינער סטודיא האט מען נעכטן געמאכט א מאווי און דער מעין עקטיער האט געזאגט דער פעטער קומט מיר הכרת הטוב,
ווילן מיר בעטן הרב גלאנץ זאל נעמען זיין הויכהילכער אויפן קאר און ארומפארן אין ווילאמסבורג אויף דעם בייקלעין וואס ער האט נארוואס אראפגענומען, און זאל פרעגן דעם שווערן קשיא
הכרת הטוב פארוואס?
תוקן על ידי פישמאן ב- 08/12/2009 22:39:43
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 23:01 |
|
| |
וואס הייסט פארוואס?
דעם היתר פון טאש וואס די רבנים האבן זיך ארומגעדרייט די לעצטע דריי טויזענט יאר זינט מתן תורה
אויף די מצות וואס מען באגט פון שמירה ווייץ פון פעלדער וואס רעגנט יא
אויף די פלייש וואס מען שעכט נישט אין טעקסעס
אויף די עופות וואס האבן נישט קיין צומות הגידן טריפות
אויף לאזן אפען א בית המדרש וואס האט נישט קיין סייט פלען אין ווילידש
אויף נישט רופן זייער טאטע אין געריכט בודק זיין מצב בריאותו
די אלע און סאך מער האט מען יארן לאנג זיך ארומגעדרייט מיט היתרים אין טאש און מען האט עס ארויסגענומען לעת הצורך,
אבער חסדי ה' כי לא תמנו די אלע אלט מאדישע היתרים וואס מען ניצט זיין מתן תורה, דארף מען שוין נישט, ווייל דער מאווי עקטיאר האט דאס שוין מבטל געווען,
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 23:10 |
|
| |
פין דעם אשכול קוקט אויס אז נעכטן האט צד מהרז''ל געהאט א דורכגעפאלענע אדער שוואכע נאכט, א זאך וואס צד מהרז''ל טענה'ט אז נישט
תוקן על ידי דיןתורה ב- 08/12/2009 23:21:36
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 23:37 |
|
| |
פישמאן, יעדער האט פארשטאנען וואס דער רבי שליט''א האט גימיינט, כאטשיג ער האט דאס נישט גיקענט אפן ארוס ברענגען, ער האט ערוועינט געוויסע זאכן אין כשרות לימוד התורה אין תקנות וואס פאר די דאזיגע אופטיען איז זיכער אז דער רבי איז עם מכיר טובה בעלמא דקשוט, אבער עיקר חסר מן הספר, דאס אז מע האט גיפאטערט די קרעציגע פין דעם מערת פריצים אין רבינס דירה פאר דעם אליין איז זיכער אז דער רבי זי''ע איז עם מכיר טובה, ענדליך ענדליך איז די רעבעצין ז''ל גיקימען למנוחה נכונה, זי האט גיקענט צי קימען צים היכלא דקדישא פין רבותינו זכותם יגן עלינו, אין דאס איז איינס פין די גרעסטע אופטיען וואס ער האט אופגעטין, כידוע האט דער הייליגער ברך משה זי''ע פאר ארבעט מעשים זיי אוסצישפייען ולא עלתה בידו, אין דא ענדליך איז עם געלינגען, אין סאיז נאך גיווען מלאכתו נעשה על ידי אחרים, אן קאן איין סאמענס צים קארט זענען זיי גיפלויגן, זיי די בני יואל זענען עפעס בלינדערהייט גיגאנגען אין קארט אין מיס פארלוירן, אין פאר פטור ווערן פין זיי קימט עם א גרויסער הכרת הטוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2009 05:40 |
|
| |
רבותינו הקדושים דער בעל דברי יואל און דער בעל ברך משה זי"ע - זענען זיכער מכיר טובה פאר רבינו שליט"א פארן צושפארן דעם מושב לצים אויף דעם הייליגן מקום, דער קרעטשמע האט נישט געברענגט קיין כבוד פאר זיי,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2009 16:22 |
|
| |
עלובה עיסה שנחתומנה מעיד עליה אז די ארונים זענען מעיד אז זייער רבי האט אפגעשפארט בית יואל איז גענוג הודאת בעל דין וכדי בזיון וקצף!
אבער
אויב דעס איז די סיבה פאר הכרת הטוב וואלטן מיר אלע געדארפט מכיר טובה
זיין פאר ר' אהרן - ווייל סוף כל סוף האט ער זיך יעצט ארויסגעוויזן זיין
אמת'ער פרצוף,
אז ער אליין איז עומד בראש פון טעראר די לעצטע 30 יאר הוא ולא אחר אז ער אליין איז עומד בראש פון הליכה לערכאות די לעצטע 20 יאר אין סאטמאר הוא ולא אחר אז ער אליין איז עומד בראש פון די מסירה ומלשינות אריינצוזעצן יודן אין תפיסה הוא ולא אחר
אבער
דאס גרעעסטע הכרת הטוב קומט אים פאר די מערכה מיט די בית המדרש בית יואל -
ווייל עס איז א מערכה וואס ער קען קיינמאל נישט געווינען נאר פארלירן, און
דאס וועט אים בלייבן א דורכפאל אזויווי דער פעמילי קאורט - ווייל ער וועט
זיך האבן מבזה געווען און סוף נאך פארלירן די קריג אויך,
ר' אהרן אינז זעמיר דיר אלע מכיר טובה, זשאסט קיפ אפ יור גוט ווארק
|
|
|
|
|