בית פורומים אידישע געדאנק

כ"ז כסלו נס ההצלה פון הייליגן ברך משה זי"ע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/12/2009 16:43 לינק ישיר 
כ"ז כסלו נס ההצלה פון הייליגן ברך משה זי"ע

היינט כ"ז כסלו פאלט אז דער נס ההצלה פון הייליגן ברך משה זי"ע וואס ער איז געראטעוועט געווארן פון אן עראפלאן קראך בעת א שווערן שניי שטורעם.


בשעת מעשה ווען די חסידים האבן געטאנצן חסדי ה' כי לא תמנו, האבן זיי נאכנישט באגריפן דעם געוואלדיגן נס, וואס עס האט פאסירט מיט כלל ישראל מיט די דעמאלטסדיגע הצלה פון ברך משה זי"ע,

אי לאו האי ניסא, וואלט נאך יענעם טאג דערקלערט געווארן רא"ט אלס איינציגער סאטמאר'ער רבי און הערשער איבער די גאנצע וועלט, און טויזנטער אידן וואלטן אריינגעפאלן אונטער דעם ברוטאלן הערשאפט.

ווען מען קוקט היינט צו, מיט וואס פארא רשעות'דיגע ראשי קהלה און ליצים בלאט שרייבערס ער האט זיך ארומגענומען, און ער האלט זיך נישט צוריק פון גארנישט, ער שפארט צו בתי מדרשים, מבזה מתים, שלאגט זיך מיט צדקת רבי מאיר בעל הנס, און האט אויפגעשטעלטן א גאנצן אפאראט פון רשעות און ליצנות.

און ווי די חשוב'ע רבנים האבן דאס גוט ארויסגעברענגט אין די דרשות פאריגן זונטאג, אז ער קען נאר טאן די אלע רשעות, ווייל ער ווייסט אז זיין ציבור איז מסכים דערצו, דאס מיינט אז ער האט זיי שוין ליידער אראפגעפירט ביז אהין, און ווער ווייסט צו וואס נאך זיין זענען אלס מסכים.

אין אזא טאג דארף מען טאנצן און שפרינגען, און לויבן השי"ת אז ער האט איבערגעלאזט דעם הייליגן ברך משה זי"ע אויף נאך א צען וויכטיגע יארן, בשעת ער האט מקיים געווען די עצה און דעם פועל דמיוני פון יעקב אבינו ע"ה, ויחץ את העם אשר אתו ולשני מחנות, ויאמר אם יבוא עשו אל המחנה האחת והכהו

והיה המחנה הנשאר לפליטה



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2009 16:43 לינק ישיר 

אמת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2009 18:28 לינק ישיר 

חסדי ד' כי לא תמנו! כ"ק אדמו"ר הברך משה האט געהאט אן הצלה פרטית, כלל ישראל האט געהאט אן הצלה כללית! ב"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2009 20:24 לינק ישיר 

איך מיין עטס זאלטס ענדערש פייערן די הצלה פון משה גבאי פון לעפקאוויטש'ס קאר. אן דעם הצלה וואלט דער ברך משה געקענט לעבן נאך 50 יאר און עטס וואלטס ווייטער געבליבן אנגעזעצט.


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 14/12/2009 20:29:23




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2009 20:44 לינק ישיר 

גערעכט, אלעס איז מן השמים, ס'איז א מורא'דיגער מוסר השכל.


אבער וואס איז מיט דיר געשען סקאט? מיר וואלטן "געבליבן" אנגעזעצט?
האסט פארגעסן אז מיר זענען נאך היינט די "אנגעזעצטע זאליס"?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2009 21:02 לינק ישיר 

איך האלט אויך אז דאס אז דער מסבב כל הסיבות האט אזוי געפירט אז דער ברך משה איז בסוף ימיו געווען אין א "עיקר שכחתי" מצב, פאר דעם דארף מען אויך טאנצען אין שפרינגען צו השי"ת אויף די גרויסע וואונדערליגע חסדים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2009 21:08 לינק ישיר 

אויף דארף מען טאנצן אין שפרינגען ביזן הימל פאר די גרויסע חסדים אז דער אייבישטער האט באשאפן דעם מין זאך ווי א הוקאפ, אזוי אז דער ברך משה האט געקענט ארויסווארפן בערל פרידמאן דורך א הוקאפ פון פלארידע.

מ'קען ממש זען בחוש אז די גאנצע בריאה זייט ששת ימי בראשית איז אלס נאר געפירט אנצוקמען צום דעם תכלית הנרצה אז ס'זאל זיין אין סאטמאר והי' המחנה הנשאר לפליטה.

מה אשיב לה' כל תגמולהי עלי כוס ישועות אשא ובשם ה' אקרא!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2009 21:54 לינק ישיר 

מהר"יי האט מען מכתיר געווען פאר מרא דאתרא מיט א עיקר שכחתי, מהר"א האט מען קיינמאל נישט מכתיר געווען פאר מרא דאתרא מיט שכחתי אדער אן שכחתי... דער ברך משה האט אים נאר מכתיר געווען, "לסייע".... 

מיסתם איז ער שוין דעמאלטס אויך נישט געווען ביים דעת......   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2009 21:59 לינק ישיר 

סקאטמאלען


דיינע ווערטער זענען מיט א ערנסקייט, אדער דו מיינסט ליצנות?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2009 22:21 לינק ישיר 

איך מיין עס מוטן פולן ערענסטקייט און איך ווייס באמת נישט פארוואס עטס סיקירטס מיך, איך שטום דאך מיט מיט ענק, אז מ'דארף שפרינגן אין טאנצן ביזן זיבעטן הימל אויף די אלע גרויסע חסדים, אז ב"ה מאת הי' היתה זאת אז דער משה גבאי האט איבערגעלעבט די לעפקאוויטש קאר, ציזאמען מיטן גרויסן נס אז דער ברך משה האט ב"ה נאך אויסגעלעבט די עיקר שכחתי יארן, אזוי אז די סאטמארע חסידים זאלן זוכה זיין צו די גרויסע ישועה.

יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2009 22:36 לינק ישיר 

זעט אויס אז די פייערדיגע ווערטער פון הגה"צ ר' יחזקאל גאלד שליט"א הייבן די אן אריינצוגיין אין די קושקעס, און זענען זיך מתגבר אויף די כת לצים פון די בלאט שרייבערס.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2009 22:37 לינק ישיר 

סקאט, פארפאלן איך מיז מודה זיין אז איך האב דיר נאך קיינמאל נישט געזען אזוי ווילד...

איך אפשר די סיבה צו דעם ווייל מיר פראווען יא א סעודת הודעה און ענק נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2009 00:21 לינק ישיר 

אויב יוסף90 געבט גערעכט הייב איך הענט..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2009 01:36 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
איך מיין עטס זאלטס ענדערש פייערן די הצלה פון משה גבאי פון לעפקאוויטש'ס קאר. אן דעם הצלה וואלט דער ברך משה געקענט לעבן נאך 50 יאר און עטס וואלטס ווייטער געבליבן אנגעזעצט.


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 14/12/2009 20:29:23



ווער איז געוועהן "אנגעזעצט" אז די בר משה האט געלעבט לאנג....? ווער האט עם גענומען אין קארט?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2009 03:31 לינק ישיר 

וואס פארא שייכות האט עיקר שכחתי אז עס זאל זיין א סתירה צום סעודת הודאה וואס אונז סאטמאר חסידים פראווענען היינט

מיר דאנקען דעם באשעפער אז ער האט געראטעוועט דעם ברך משה און אז ער איז געבליבן לעבן

האט ער זוכה געווען בסוף ימיו,
צו אפ ראטעווען דעם סאטמאר אידענטום
צו דורך עיקר שכחתי
צו ווייל משה פר"מ איז געראטעוועט געווארן 10 יאר פארדעם
צו דורך אן הוק אפ
ממש נישט קיין נפק"מ ווי אזוי

למעשה איז סאטמאר אויף די גאנצע וועלט געראטעוועט געווארן מידי זדים, טמאים ביד טהורים וכו'
און ב"ה יעדע סאטמאר איד בכל מקום שהוא דאנק און לויבט דעם באשעפער

אי לאו האי הצלה און ח"ו דער ברך משה וואלט נישט אהיים געקומען נאך דעם פליגער קראך
וואלט מיר אנו בנינו ובני בנינו משעובדים לפרעה (און אפשר ערגער ווי פרעה)

הודו לד' כי טוב כי לעום חסדו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2009 03:50 לינק ישיר 

א שבח והודאה אז צענדיליגע אידען זענען עדות און געווען אנוועזנד ווען דער ברך משה האט געפרעגט דעם קדוש "וואס וועט זיין מיט די ישובה"??? און דערנאך ווען דער קדוש האט נישט נאכגעלאזט און געמוטשעט פאר א ברכה (באשטעטוגינג) אז "איך" זאל האבן הצלחה פאר זיין רב הצעיר, האט אים רבינו זצ"ל געענפערט אז הלכתה דמשוח...
(ווער עס קען ארויפלייגן די פינקטליכע ווערטער זאל עס ביטע ארויפלייגן, בדרך אגב אויב האט איינער א בילד פון די יום הצלה,הכתרה,"א.ב.ג" דרשה וואס די קדוש האט דעמאלטס געהאלטן, אדער סיי וואספארא אונטערסאנטע זאכן וואס האט זיך אפגעשפילט די צעהן יאר, ווערט געבעטן עס ארויפצולייגן דא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > כ"ז כסלו נס ההצלה פון הייליגן ברך משה זי"ע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext