| נשלח ב-17/12/2009 03:29 |
|
| |
הגה"ק וועט ווילן אין וומסב"ג יעדע צווייטע שבת
נאכן פטירה פון רבינו בעל ברך משה האט דער הגה"ק געזאגט אז ער וועט זיין און וויליאמבורג יעדע צווייטע שבת, און אזוי איז טאקע געווען ער האט אנגעהויבן שטילן די דארשט פון זיינע צענדליגע טויזענטער חסידים, אז זיי וועלן קענען זעהן ווי אזוי דער בעל שם טובס טיש האט אויסגעזען, אבער למעשה איז עס אז היינט קומט ער שוין נישט מער אזוי אפט!
ווייסט איינער פארוואס?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 04:24 |
|
| |
דער תירוץ איז זייער פשוט, אזש כ'ווינדער מיך וואס די קושיא איז בכלל.
קודם כל, נאכ'ן פטירה פונעם ברך משה ז"ל, האט ער נישט געזאגט אז ער גייט אריינקומען יעדן שבת, נאר אז ער גייט דא וואוינען. מ'האט געטוישט לעדערהעד, און נישט געשריבן וואס דער אדרעס איז, און נישט א טעלעפאן נומבער צו רופן אין פאל פון עמערזשענסי. גארנישט. פלעין אבד"ק סאטמאר בכל הארצות והגלילות...
אבער הגה"ק האט זיך ארומגעזען אז ער טרעפט זיך נישט קיין ידים ורגלים דא אין שטאט.
צופיל מענטשן האט ער נישט דא אין וויליאמסבורג ככבר ידוע. והמוסדות, וואלן וכו' וכו' יוכיח. אריינברענגען יעדעס מאל די מאסן יוגענטליכע מיט קאוטש באסעס קען מען נישט. א דירה האט ער א קליין פארשטיפטע אויף יוס סטריט, וואס אפילו נאכ'ן ארויסבויען א פארטש, פאסט עס נאך אלץ נישט פאר סאטמארער רבי.
פאר א פיקטשער איז עס זיכער נישט גוט, ווי מ'זעט אז פלוצלינג קען ער מער נישט פארליידן קיין כבוד המדומה, און מ'מאכט דעם באגלייטן נעבן בית המדרש, ווי הערשי רובינשטיין האט גע'פסק'ט איז די מערסטע געאייגנט צו מאכן א גוטן פיקטשער, אז משה זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל קראכן...
חוץ דעם דריי-וואכן-געבויטן בית המדרש נעבן ים האט ער נישט קיין דריסת הרגל אין קיין איין נארמאלן בית המדרש אין וויליאמסבורג. ראדני מיט איר אכט ריזיגע פיליאלעס באלאנגען פאר'ן יונגערן ברודער. און אז ס'וועט זיין צוויי סאטמארער ר בי'ס אין שטאט, און דער עולם וועט זיך ארומזען וואס דא גייט פאר, וועט דאס ליצנות שרייען ביז'ן הימל.
איז אלזא באשלאסן געווארן דורך דעם אלעמען באקאנטן דרייערל, אז געענדיגט. וויליאמסבורג נישט. מען גייט צוריק קיין 5 צאנז. איי? די חרפה איז דאך מורא'דיג גרויס. דא האט מען שוין געזונגען אז דער רבי קומט אויף וויליאמסבורג - אזוי ווי זיין טאטן און פעטער זי"ע, די אדמור"י בית סאטמאר - אייננעמען די וועלט, און פלוצלינג בומס... צוריק אויף מאנדרוי?
נישט גע'דאגה'ט. מ'גייט זאגן פאר'ן עולם "יעשיבע" די ישיבה איז אין מיר און איך בין אין די ישיבה. פשוט אן דעם קען כ'נישט אטעמען. נו, אז ער קען נישט קען ער נישט.
איי, וועסטו וועלן פרעגן אז בשנת תשנ"ט ווען ער האט געוואלט ווערן רב הצעיר בכל הקהלות, און דער טאטע ז"ל האט דיך געפרעגט וואס וועט זיין מיט די ישיבה, האסטו עס אוועקגעמאכט, מ'וועט שוין זען, מ'וועט שוין טון, אלעס פאר אביסעלע שררה, פלוצלינג אויס??
אבער, די געשוואוירענע קעלבלעך האבן עס אפגעקויפט, ועולם כמנהגו נוהג.
סאו, ווייסטו שוין פארוואס ער קומט נישט?
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 04:54 |
|
| |
איך מיין ווייל זיי האבן אויפגענומען זיין זוהן אלס רב אין וומ"ב,
און קרית יואל איז דאך דער הויפט שטאט פון סאטמאר, דארט האט דער סאטמארער רבי ז"ל געוואוינט בקביעות זיינע לעצטע יארן, איז פאסיג אז זיין ממלא מקום זאל אויך דארט וואוינען.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 05:04 |
|
| |
ווייל וויזניצע רבי"ס טאכטער זאל לעבען ביז די 160 האלט זיך נישט ביים אריינשטופען אין אזא קליינעם לעכעל בשעת זי האט א פאלאץ אין קרית יואל (פרעגט נאר די בויערס פין די דירה זיי געדענקען נאך זייער גיט) נ"ב זי וויל זיך נישט רופען סאטמערער רעבעצי ןזי איז באמת א טייערע חסד פרוי
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 06:31 |
|
| |
דאס איז אלעס פיינע תירוצים, אבער וואס וועט זיין מיטדי אלע וואס לעכצען צו זעהן ווי ער פירט א בעל שם טובס טיש, דער טרעפט זיך מיטן טאטן ביי נקדישך, זיין פנים ווערט פארפלאמט ביים עסן די פיש. בדרך אגב אויב איז די תירוץ אז אנטווערפן-אמסטערדאם-והגגלילות איז רב און וויליאמסבורג (נאך וואס ער איז געווען געצווינגן צו פארמאכן זיין ישובה שער התורה) פארוואס איז עס טאקע אזוי? וואלט מען אים נישט געקענט פונקט אזוי ממנה זיין פאר רב אין קרית יואל, און לאזן דעם קדוש (אנטשולדוגט דעם גאון וקדוש) קיין וויליאמסבורג?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 18:25 |
|
| |
יעצט כאפ איך שוין, מה חרי האף הגדול, איך באמערק אינעם אנדערן פורום אז ר' אהרן קומט דעם שבת אויף וומ"ב,
שוין איז אלעס פארענטפערט,
זעהט אויס אז די ארוניס האבן איינגעזעהן אז דער איינער שבת חנוכה טוט שוין דער דשאב מיט ענק, וואס יעדן צווייטן שבת וואלט געדארפט טאן.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 18:36 |
|
| |
| אמיגא כתב: |  | | ראדני מיט איר אכט ריזיגע פיליאלעס באלאנגען פאר'ן יונגערן ברודער. און אז ס'וועט זיין צוויי סאטמארער ר בי'ס אין שטאט, און דער עולם וועט זיך ארומזען וואס דא גייט פאר, וועט דאס ליצנות שרייען ביז'ן הימל.
|
|
דאס איז נאר ביז ווילאנג מהרז''ל וועט נישט קומען צו די'ת ווייל איינמאל עס וועט זיין א די''ת גלייב איך נישט אז מהרז''ל האט עפעס שאנסען צו בלייבן מיט די בנינים.
אין אגב, ווען מהר''א קומט אריין אויף שבת אויף וומ''ס איז ער ווייט פארקערט פין א ליצנות, כ'בין היי יאר ביי די הקפות סיי אין ראדני אין סיי אין הופער אין פין דיינע ווערטער גלייב איך נישט אז די ביזט דארט געווען.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 20:51 |
|
| |
| שלמה_יאנקל כתב: |  | נאכן פטירה פון רבינו בעל ברך משה האט דער הגה"ק געזאגט אז ער וועט זיין און וויליאמבורג יעדע צווייטע שבת, און אזוי איז טאקע געווען ער האט אנגעהויבן שטילן די דארשט פון זיינע צענדליגע טויזענטער חסידים, אז זיי וועלן קענען זעהן ווי אזוי דער בעל שם טובס טיש האט אויסגעזען, אבער למעשה איז עס אז היינט קומט ער שוין נישט מער אזוי אפט!
ווייסט איינער פארוואס? |
|
ווי יעדער ווייסט שוין היינט צי טאגס דעס וואס נאר די נאנטע צים סבלן האבן געוויסט אלע יארן אז ער איז פשוט קראנק אין משיגע אין אלע זיינע פראפגאנדע זאכן ווערט געקאווערט ביי מעדיקעד אין ווי יעדער ווייסט זיכט די גאוואמענט די לעצטע יארן ווי צי שפארן הוצאות האבן זיי פארלאגט פין דע וואס פירען די קעס פינעם סבלן אז קענען שוין נישט בצאלאן יעדע 2 שבת זייהאבן נישט קיין געלט דעפאר אין דאס איז אפשר די סיבה פארוואס די נארישע בלאט איז ארויף מיט די פרייז
בקיצור די תירוץ איז מעדיקעד באצאלט עם מער נישט!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 20:53 |
|
| |
ווער_איז, זאג נאר ביטע. פארוואס צאלט נישט מעדיקעד פאר דיין ביל?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 20:55 |
|
| |
וואס גייט פאר ווער נישט אזוי ברוגז פין יעדע ווערטעל
אין ווער זאגט אז זיי צאלן מיר מער נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 21:01 |
|
| |
איך בין נישט ברוגז. איך האב נאר געפרעגט טיאורעטיש, לויט דיין תגובה האט אויסגעזען אז זיי צאלן נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 21:21 |
|
| |
ער קאסט מער ווי פאר מיר נישט אזוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2009 03:23 |
|
| |
| דיןתורה כתב: |  | | ראדני מיט איר אכט ריזיגע פיליאלעס באלאנגען פאר'ן יונגערן ברודער. און אז ס'וועט זיין צוויי סאטמארער ר בי'ס אין שטאט, און דער עולם וועט זיך ארומזען וואס דא גייט פאר, וועט דאס ליצנות שרייען ביז'ן הימל.
דאס איז נאר ביז ווילאנג מהרז''ל וועט נישט קומען צו די'ת ווייל איינמאל עס וועט זיין א די''ת גלייב איך נישט אז מהרז''ל האט עפעס שאנסען צו בלייבן מיט די בנינים.
אין אגב, ווען מהר''א קומט אריין אויף שבת אויף וומ''ס איז ער ווייט פארקערט פין א ליצנות, כ'בין היי יאר ביי די הקפות סיי אין ראדני אין סיי אין הופער אין פין דיינע ווערטער גלייב איך נישט אז די ביזט דארט געווען.
|
|
טייערע דין תורה אפשר געדענקט איר וויפיל זענען געווען און פארטין הופער ווען דער סבלן פלעגט אריינקומען מער אפט? די באסעס האבן שוין נישט זעהט אויס געוואלט אריינברענגן די נאכשלעפערס פון די בכל אתר ואתר...
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 18:18 |
|
| |
כ'ווינדער מיך אויף דיין לעצטע תגובה סתם א פאקט קעגן א מילתא דעבידא לגליא כ'האב גערעדט מיט א באגלייבטן ידיד, אין ער האט מיר צווישען אנדערע געזאגט וואס פאר א גרויסע ציבור עס האבען זיך באטייליגט דעם נאר וואס פארלאפענען שב''ק אין מהר''א'ס ביהמ''ד אויף הופער
עס איז נאך מער אינטערסאנט, ווייל לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו דאווענען אין אין מהרז''ל'ס ביהמ''ד אויף ראדני (ביז די די''ת איז עס זיכער לכאורה זיינס) אין כ'האב נישט געגלייבט וויי ליידיג עס איז, נאכדערצו ווען כ'בין געווען ביים טיש
אשע''כ, דו! רעדט נישט אויף יענעם (סעפיציעל ווען ס'נישט אמת) ווען ביי דיר איז אזוי פויגעלדיג
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2009 04:54 |
|
| |
הימלער שר"י האט אויפגעטון א מורא'דיגע אויפטרעף, ביי די אויפשטייג פון נאציזם, ער האט געשריבן מיט זיין טרויריג בארימטע רציחה, אז די אלע בלבולם וואס די נאציז האבן פראוועצירט קעגן די אידן דאס דארף מען איבער זאגן און איבער שרייבן און איבער קייען און איבער חזרן, ווילאנג דער זאגער וועט דאס אליין גלייבען, בבחינת כבר היה לעולמים כלש"ק, וויל איך דיר זאגן כבר קדמך הימלער שר"י, אויב מיינסטו ס'איז דיין חידוש,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2009 05:07 |
|
| |
לציני הדור היה אומרים מאבימלך נתעברה שרה,
זיי האבן געזאגט אז מן הסתם האט אברהם נישט געקענט האבן קיין קינדער, והראי' די אלע יארן האט זי נישט געהאט קיין קינדער ביז יעצט,
האט איר שוין אמאל אריין געקלערט און דעם ?
האט די דאזיגע לצנות בכלל געשטומט מיטן מציאות?
אברהם אבינו האט דאך געהאט קינדער פון הגר,
נאר דער תירץ איז אז לצנות דארף נישט שטימען,
עס דארף נאר גיט קלינגען און אויר,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 22/12/2009 04:55:39
|
|
|
|
|