שוין צוויי וואכן וואס דוד עקשטיין מיט זיין ווייב טרעוולן ארום דעם כדור הארץ צו טרעפן א מורה הוראה וואס זאל זיך אננעמן פאר זיי און אים באפרייען פונעם דין מסור, יעצט קומט די נייעס אז ער האט געטראפן! א אייניקל פון יאקע רב נאכנישט באקאנט ווער, וואס וועט מיט נאך 2 חברים פון כולל מאכן א בי"ד און שיקן הזמנות..
ס'איז גארנישט קיין זשאוק, היינט נאכמיטאג באקומען די 3 מורי הוראה פון קרית יואל א טעלעפאן קאל פון דעם אייניקל, אז דוד עקשטיין האט א תביעה און ער וויל זיי שיקן הזמנות, זעט אויס אז דוד עקשטיין איז געווען זיכער אז די רבנים וועלן אראפהאקן דעם טעלעפאן אויף דעם לץ אזוי וועט ער ווידער קענען זינגען מסרבים מוסרים כמנהגו, למעשה האבן אים די רבנים זייער שיין געענפערט אז ווען איינער איז נישט צופרידן מיט א פסק בי"ד רופט מען נישט דעם בי"ד צו די"ת נאר מען בעט א 'מהיכן דנתני' צעטיל פון בי"ד, און דאס קענען זיי אים געבן. אבער, זיי זענען אויך מסכים צו א דין תורה, דוד עקשטיין אדער קהל יטב לב זאל שטעלן א מענטש וואס האט נישט קיין דין מסור וואס זאל פארלייגן די תביעות ביים בי"ד און בי"ד וועט דן זיין ויקוב הדין את ההר,
ס'איז אינטערסאנט אויב האט דוד עקשטיין עפעס געהאט צו זאגן ווי איז ער געווען מ'האט אים געגעבן 3 טעג צו קומען זאגן וואס ער האט צו זאגן...? זעט אויס אז דער פסק דין האט יא עפעס אויפגעטון... אצינדער ווארט מען אויף אן הזמנה פון דוד עקשטיין וואס גייט אי"ה נתפרסם ווערן אין די גאנצע וועלט,יעדער זאל מיטהאלטן ווי א מסור פרובירט זיך נעבעך ריינצווואשן פון דעם פסק דין וואס ער וויל איינרעדן די וועלט אז ס'איז בלויז א זשאוק.. און אז ער האט געמיזט קריכן ביז די הרי אררט צו טרעפן א בי"ד...
נשלח ב-17/12/2009 04:40
קעניינעהארע, האסטו דא צאמגעפאטשקעט א פאטעטא לאטקע לכבוד חנוכה, דוד עקשטיין בעט נישט מ'זאל אראפ נעמען דין מסור, ס'קיינמאל נישט געווען אויף איהם אז מ'זאל עס ברויכן אראפנעמען, די בני יואל רבי'לעך זענען נישט קיין בית דין, קיינער האט קיינמאל נישט אונטערגעשריבן שטרי ברורין פאר זיי, קיינער האט זיי נישט געפרעגט, זיי זענען קיינמאל געווען אין קיין פאזיציע צו ארויפלייגן קיין שום פסק אויף עקשטיין,
איך שטעל מיך פאר אז זיין טענה איז אז מ'זאל ארויפלייגן אויף די 3 צדיקים'לעך דער דין "מוציא שם רע" און זיי מעניש זיין מיט די באשטימטע קנס וואס די תוה"ק פארלאנגט פאר איינעם וואס איז מוציא שם רע.
נשלח ב-17/12/2009 04:52
סקאט די רעדסט פאקטן אדער די שטעלסט זיך פאר make up your mind please אדער זאגסטי נאך פינעם רויטען ר" יונה מיט די פלעסטיג גלעזער
נשלח ב-17/12/2009 18:40
וואס באדערט אזוי פאר בני יואל אין מהרז''ל אז ר' דוד שיקט א הזמנה? ווען ענק זענען ווען גערעכט וואלטען ענק געדארפט זיין זייער פרייליך דערמיט..... אין ענק וולען איינמאל פאר אלעמאל אינטערשרייבן ש''ב מיט ר' דוד עקשטיין אין אויפוויזען דורך א עכטער בי''ד ווער ער איז..
אומפאשטענדליך
נשלח ב-17/12/2009 19:01
מיר זענען טאקע פרייליך !!!!!!!!!!!!!
נשלח ב-17/12/2009 19:17
לכאורה א טריק פינעם מסור איך ווייס נישט צי זיי גייען גיין צי נישט אבער להלכה דארפען זיי נישט גיין ווייל ווען א מסור ריפט צי די"ת דארף מען נישט גיין נאך איינס א בי"ד קען מען נישט ריפען צי די"ת סתם א ליצנות פינעם מסור אז ער זאל קענען איינרעדען זיינע קעלבעלעך נאך דעם ווי קימט אריין שטרי ברורון????
נשלח ב-17/12/2009 19:23
וואס מאכט זיי פאר א בי"ד?
נשלח ב-17/12/2009 19:29
אומפאשטענדליך
וואס איז יא פארשטענדליך,
פארוואס דוד עקשטיין האט גענומען א בי"ד פון הרי אררט ווי כל הנערים שרייבט, פשוט זיך צו באווארענען אויב ער וועט פארלירן די דין תורה זאל ער זיך גרינג קענען אויסלאכן.........
גראדע שמועסט מען אז די רבנים זיכן יעצט פאר זבל"א איינעם פון די גרעסטע בתי דינים, ס'דרייט זיך ארום א זשאוק אז זיי ווילן טראגן דע קעיס צום בי"ד הגדול שבירושלים...
איך האלט אז די קעפל פון דעם אשכול וואלט געדארפט זיין, "דוד עקשטיין זוכט א בי"ד ס'זאל סופארט'ן דעם פסק דין מסור.....
אבער וואס ס'איז זיכער איז זיכער אז דע הזמנה באדערט פאר בני יואל און מהרז"ל...... אזאנע באדער'ס געוואונטשן פאר יעדן.....
נשלח ב-17/12/2009 19:32
דריי יודען וואס קענען חושן משפט זעצין זיך אראפ אין פאסקענען ווערען זיי א בי"ד
נשלח ב-17/12/2009 19:34
סקאטמאלען כתב:
וואס מאכט זיי פאר א בי"ד?
וואס מאכט די בי"ד פון התרת נדרים ער"ה פאר א בי"ד?
נשלח ב-17/12/2009 19:42
דער בית דין מוז יא ענטפערן פאר א אנדערער בית דין ווייל זיי האבען נישט קיין הלכה ווי א נארמאלער בית דין פון 3 ווייל עס איז נישט קיין בית דין המרוצה וואס האט שטרי בירורין פון ביידע צדדים נאר עס איז א פסק הלכה וואס זיי האבען ארויסגעגעבן איך זאג נישט אז זיי מעגן נישט ארויסגעבן אזא פסק אבער צו דין תורה מעג מען זיי רופען
נשלח ב-17/12/2009 19:43
בדרך צחות קען מען זאגען דער יאקער וועט געבען א השגחה אויפן פסק דין אז דוד איז טאקע א מסור
נשלח ב-17/12/2009 19:43
סקאט דו פרעגסט עפעס דו ברענגסט עס נאר נישט גוט ארויס, א בי"ד של סמוכין דאס זענען די 3 רבנים טאקע נישט! אבער היינטיגע צייטן איז שוין נישט דא סמיכה, און פארדעם זענען די 3 רבנים גארנישט שוואכער פון קיין שום היינטיגע בי"ד.
אגב דעס וואס דו שרייבסט פון טיילן קנסות, דעס איז נישטא היינט, דאס קען נאר בי"ד של סמוכין. און שיס ביטע נישט קיין בקיאות פאר דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט..
נשלח ב-17/12/2009 19:45
רבינחום כתב:
דער בית דין מוז יא ענטפערן פאר א אנדערער בית דין ווייל זיי האבען נישט קיין הלכה ווי א נארמאלער בית דין פון 3 ווייל עס איז נישט קיין בית דין המרוצה וואס האט שטרי בירורין פון ביידע צדדים נאר עס איז א פסק הלכה וואס זיי האבען ארויסגעגעבן
איך זאג נישט אז זיי מעגן נישט ארויסגעבן אזא פסק אבער צו דין תורה מעג מען זיי רופען
רבי פין ווי נעמסטי דאס
נשלח ב-17/12/2009 19:48
איך האב געשריבען אפאר פרטים אויף וועלכע בעטסטו א מקור?
נשלח ב-17/12/2009 19:49
דער שואל געבט דאך צו זיין הסכמה מיטן זאגן "שמעו נא המורים", אבער סתם 3 אידן מעצמם, אן רופן יענעם לדין אן יענעם מזמין זיין, זיך ארויסגעבן אזוי פסקים נישט מיר נישט דיר? סתם א לצנות.