| נשלח ב-21/12/2009 22:45 |
|
| |
שלאגט אפ דעם שקר...
דער פאקט איז, און די רעזאלטאטען צייגען אז פראפעגאנדע ווירקט שטענדיג, אמאל מער און אמאל ווייניגער. יעדער מענטש אפילו די וואס קויפן נישט אפ קיין הוילע אויפגעבלאזענע קאצען זעק, פאלן אבער- כאטש א טראפ- פאר גרויסע קידוש לבנה שרייענדע פלאקאטען, רעזשוואלקע צייטונג דעקלעך, און שרייענדע אויטא מיקראפאנען. די אהרוינישע כת האט צו זייער דיספאזיציע א מאכטפולע 'מח שווענקונג אפאראט', ווי געשולטע דריי קעפ מיט לאנגע יארן ערפארונג אין מיאוסע רכילות צייטונגען, האט ליינס פרעידיגער, און סתם אזוי געריבענע לצים זיצן און פלאנעווען. און יעדע געשיכטע, מאורה, און געשעעניש קטן כגדול ווערט אויסגעארבייט כחומר ביד היוצר וויאזוי עס אריינצושטאפען און די גענז מוחות; ריזן רשעות ווערט פארוואנדעלט און קליינע מיקראסאפישע אינצידענטען, א מזומן אידן ווערט אויפגעבלאזען צו רבבות אלפי ישראל, כולל יונגעלייט שלא שימש ווערן באטיטעלט אלס גאוני ומאורי ישראל אא"וו און כאטש די גרעסערע מערהייט פון סאטמאר פלעיגט זיך ב"ה נישט אונטער זייערע מיטלען: ליינען נישט זייערע שונד בלעטער, דרייען זיך נישט ביי זייערע פארזאמלונגען הענקים, און מולח'ן נישט די קינדער אונטער די מהודרת עדשוקעישאן. טרעפט מען זיך אבער אפט אן מיט די קאלירפולע ליילעכער אויף די גאסן, מען שמועסט מיט א חבר א דארטיגן, אדער צוליב א שמחה פאלט מען אריין אין די געבעט הייזער זיערער. און מען זעהט/ ליינט אביסל פון זייערע מכלומר'שטע אויפטואונגען און דערגרייכונגען. יא! דאס ערשטע מאל שמייכעלט מען זיך אונטער די וואנצען און מען קרעכצעט צו זיך: נעבעך! אבער ווי מער מען שטויסט זיך אן מיט זייערע 'התחדשות מיקסערס' הייבט די פראפעגאנדע אן צוביסלעך צו טוהן דאס זייניגע, און זאכען וואס האט נעכטען אויסגעזען אבסורד הייבן אן אריינצוגיין און די קעפ: אפשר טאקע?... דערפאר האב איך מיר גענומען די מי און געעפענט דעם אשכול צו געבן פאר אלעמען א געלעגנהייט אריינצוטראכטען מיט א גראדע געזונטע מוח למי החותמות ולמי הפסולים איך וועל געבן דא און קורצען בלויז עטליכע פון צענדליגע ביישפילן ווי געמיינע ליגענטס ווערן הייליג געהאלטען ביי פולע אלס קראנטע פאקטען, און אן קיין לאנגע הסברים וועל איך שרייבען ווי אזוי עס איז דער ווארהייט. ווער עס וויל מאריך זיין מיט נאך משלים איז העפליך געלאדענט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 23:15 |
|
| |
יואלי, די ווייסט נישט ווי גיט די האסט גישריבן, די ארונישי מוח שוועקונג אפאראט ארבייט זייער גיט, אין אסאך בעסער ווי גיט, אמת, די גרעסערע מערהייט פין זאליס קימען נישט קיין סאטמאר, ליינען נישט דעם בלאט, אין זען נישט מיט די אייגענע אויגן אז לא אלמן ישראל, סאטמאר האט זיך נישט אופגילעיזט, סאטמאר איז בתוקפו ביתר שאת ויתר עוז, סאטמאר בלוהט, אבער די זאליס האבן נישט די זכי' דאס צי זען, אבער ווען מע פאלט אראן, אזוי נישט וועלענדיג, צי א שמחה אדער צי די היכל התורה, אדער מען ליינט אמאל דעם גאסערטן בלאט, איז: און מען זעהט/ ליינט אביסל פון זייערע מכלומר'שטע אויפטואונגען און דערגרייכונגען. יא! דאס ערשטע מאל שמייכעלט מען זיך אונטער די וואנצען און מען קרעכצעט צו זיך: נעבעך! אבער ווי מער מען שטויסט זיך אן מיט זייערע 'התחדשות מיקסערס' הייבט די פראפעגאנדע אן צוביסלעך צו טוהן דאס זייניגע, און זאכען וואס האט נעכטען אויסגעזען אבסורד הייבן אן אריינצוגיין און די קעפ: אפשר טאקע?...
יא, מיר האבן א מעכטיגן מוח שווענקער, אין דאס איז כבוד קדושת רבינו הקדוש והטהור שליט''א, איי איז דאס א מוח שווענקער, ער איז ערגער פין דראגס, מען טאטשט עם איינמאל אן, אין פארטיג, מען איז עדיקטעט, רבים חללים הפילה, מסלתה ומשמנה פין די זאליס, האבן אזוי נישט ווילענדיג אריין געקימען אין אינזער היכל התורה נאר אזוי צי כאפן א בליק אין היינט צי טאג זענען זיי פין אינזערע לומדים קבועים, דעם פראטיג צי נאכטס ביים טיש זיצט לעבן מיר א איד וואס איך האב עם נאך קיינמאל נישט גיזען ביי אינז, איך קען עם אלץ שכן ער וואוינט אקעגן מיר, אין האב גיוויסט אז ער איז א גרויסער זאלי, איך האב עם א פרעג געטין מיט א שמייכל, מה הביאך עד הלום?, וואס טיסטי דא?, זאגט ער מיר אז זיין זין לערנט אין א גיוויסע ישיבה אין מאנסי אין איז פין די בעסטע בחורים דארט, אין איבער א מנין בחורים מצויינים פין יענע ישיבה זענען היינט גרויסע חסידים פין ענקער רבי, זיי לערנען זיינע חידושים, זיי פארן קיין קרית יואל אויף שבתים, אין דאס איז מיט די גיטהייסונג פין זייער ראש ישיבה, מיר האט דאס לכתחילה זייער נישט גישמעקט, האב איך אנגיריפן דעם ראש ישיבה אין פארגיהאלטן, היתכן זיי ווערן אהרונים?, זאגט מיר דער ראש ישיבה, דארפסט זיין שטאלץ מיט דיין בחור, איך האב עם פארהערט 27 פשעטליך וואס ער האט גיהערט פין רבי אהרן, אין גלייב מיר די וועסט שעפן אסאך נחת פין דיין זין, אין דער זין האט מיר גיבעטן, טאטי, קים איינמאל, וועסטי זען אז זיי זענען ערליכע אידן, זיי האבן דעם זעלבן באשעפער, זיי לערנען די זעלבע תורה, אבער דארט לערנט מען טאקע, אין מען דאווענט טאקע, מען לעבט אויף דער וועלט, אין דא בין איך, ווער ווייסט, -זאגט ער מיר- איך האב מורא אז איך בין שוין אויך געדעמעדזשט...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 23:45 |
|
| |
גערעכטער טייערער
האסטו שוין איינמאל און דיין לעבן אריינגעקלערט אז די ביסט א פאלנער קרבן צו מח וואשער
האסטו שוין אמאל אריינגעטראכט אז נאכן ליינען הינדערט בלעטער פון ווידערס חלומות א וואך-וואך איין וואך אויס און נאכען זיצען טעגליך אויף די א.ג. קול סאטמאר קען אפילו די דער געריבענער גערעכטער ווערן באוואשען
די געוואשוכטס איז נישט בלויז א טאטש פונעם רבין . שוין א צירקע דרייסיג יאר וואשט מען און מקנעלט שוין משרייבט און מפרעידיגט
זייט די וועלט שטייט האט מען נאכנישט געשריבען אזוי פיל טיטלען און לויב באשרייבינגען אויף א מענטש ווי מען האט געשריבען אויף דיין לידער איז נישט מעגליך אז עס ארבייט אויף דיר און דיינע חברים?
טינק אבאוט איט!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2009 00:18 |
|
| |
יא יואלי, איך בין מודה, איך בין א קרבן פין דעם מוח וואשער, אין נישט נאר בין איך א קרבן, נאר ביי אינז איז דאס נעבעך א משפחה קראנקייט, מיין זיידע ז''ל איז גיווען א קרבן פין מוח וואשעריי ביים הייליגן קדושת יום טוב אין ביים דברי יואל, מיין טאטע שליט''א איז א מוח וואשעריי קרבן פין דברי יואל אין בירך משה, אין אני הקטן בין א קרבן פינעם מוח וואשער דער בירך משה אין אינזער רבי שליט''א, דע ווידער בלאט גישראבעכטס וואך איין וואך אויס איז שוין נאר אזא באקשיש, פאר מיר פעלט דאס נישט אויס, איך בין שוין גידעמעזשט. יא מישראבט אויף מיין לידער אזעלעכע טיטלען אין לויב באשראבונגען וואס מע האט נאך אזאנס נישט גיהערט, אין די אלע שראבערס זענען אויך גידעמעזשט פין מוח וואשעריי, דער רב וואזנער איז שוין לאנג גידעמעזשט, רבי משה שטערנבוך שליט''א אין רבי מאיר בראנסדורפער זצ''ל האבן זיך זיכער גיוואשן די מוחות מיט די בלאט שראבערייען, אזוי אויך רבי אליקים שלעזינגער, אין הרב דונער מיט הרב בראדי אין רבי מלכיאל קוטלער מיט רבי חיים לייב כ''ץ זיי זענען אלע מוח וואשעריי קראנקע, טינק אבאוט איט!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2009 16:52 |
|
| |
יואלי, אויב דו כאפסט א ברעקל התפעלות פון די אלע נארישע לופטיגע פראפאגאנדע, ביסטו א שטיקל "חלה דעקל".. די לצנות פון די אלע אנגעבלאזענע באמבעלעך מיט די מופרז'דיגע גוזמאות קוקט אויס ווי אפאר חדר אינגלעך האבן דאס אנגעדרייט..
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2009 21:33 |
|
| |
| גערעכטער1 כתב: |  | יואלי, די ווייסט נישט ווי גיט די האסט גישריבן, די ארונישי מוח שוועקונג אפאראט ארבייט זייער גיט, אין אסאך בעסער ווי גיט, אמת, די גרעסערע מערהייט פין זאליס קימען נישט קיין סאטמאר, ליינען נישט דעם בלאט, אין זען נישט מיט די אייגענע אויגן אז לא אלמן ישראל, סאטמאר האט זיך נישט אופגילעיזט, סאטמאר איז בתוקפו ביתר שאת ויתר עוז, סאטמאר בלוהט, אבער די זאליס האבן נישט די זכי' דאס צי זען, אבער ווען מע פאלט אראן, אזוי נישט וועלענדיג, צי א שמחה אדער צי די היכל התורה, אדער מען ליינט אמאל דעם גאסערטן בלאט, איז: און מען זעהט/ ליינט אביסל פון זייערע מכלומר'שטע אויפטואונגען און דערגרייכונגען. יא! דאס ערשטע מאל שמייכעלט מען זיך אונטער די וואנצען און מען קרעכצעט צו זיך: נעבעך! אבער ווי מער מען שטויסט זיך אן מיט זייערע 'התחדשות מיקסערס' הייבט די פראפעגאנדע אן צוביסלעך צו טוהן דאס זייניגע, און זאכען וואס האט נעכטען אויסגעזען אבסורד הייבן אן אריינצוגיין און די קעפ: אפשר טאקע?...
יא, מיר האבן א מעכטיגן מוח שווענקער, אין דאס איז כבוד קדושת רבינו הקדוש והטהור שליט''א, איי איז דאס א מוח שווענקער, ער איז ערגער פין דראגס, מען טאטשט עם איינמאל אן, אין פארטיג, מען איז עדיקטעט, רבים חללים הפילה, מסלתה ומשמנה פין די זאליס, האבן אזוי נישט ווילענדיג אריין געקימען אין אינזער היכל התורה נאר אזוי צי כאפן א בליק אין היינט צי טאג זענען זיי פין אינזערע לומדים קבועים, דעם פראטיג צי נאכטס ביים טיש זיצט לעבן מיר א איד וואס איך האב עם נאך קיינמאל נישט גיזען ביי אינז, איך קען עם אלץ שכן ער וואוינט אקעגן מיר, אין האב גיוויסט אז ער איז א גרויסער זאלי, איך האב עם א פרעג געטין מיט א שמייכל, מה הביאך עד הלום?, וואס טיסטי דא?, זאגט ער מיר אז זיין זין לערנט אין א גיוויסע ישיבה אין מאנסי אין איז פין די בעסטע בחורים דארט, אין איבער א מנין בחורים מצויינים פין יענע ישיבה זענען היינט גרויסע חסידים פין ענקער רבי, זיי לערנען זיינע חידושים, זיי פארן קיין קרית יואל אויף שבתים, אין דאס איז מיט די גיטהייסונג פין זייער ראש ישיבה, מיר האט דאס לכתחילה זייער נישט גישמעקט, האב איך אנגיריפן דעם ראש ישיבה אין פארגיהאלטן, היתכן זיי ווערן אהרונים?, זאגט מיר דער ראש ישיבה, דארפסט זיין שטאלץ מיט דיין בחור, איך האב עם פארהערט 27 פשעטליך וואס ער האט גיהערט פין רבי אהרן, אין גלייב מיר די וועסט שעפן אסאך נחת פין דיין זין, אין דער זין האט מיר גיבעטן, טאטי, קים איינמאל, וועסטי זען אז זיי זענען ערליכע אידן, זיי האבן דעם זעלבן באשעפער, זיי לערנען די זעלבע תורה, אבער דארט לערנט מען טאקע, אין מען דאווענט טאקע, מען לעבט אויף דער וועלט, אין דא בין איך, ווער ווייסט, -זאגט ער מיר- איך האב מורא אז איך בין שוין אויך געדעמעדזשט... |
|
אין איין ווארט די זעסט אויס ווי אן עלטערע מענטש וואס קען קאלען ראש ישיבה"ס
איך קליינער ראצער וואלט זיך נישט געוואגט אנציריפען א ראש ישיבה פאר אזעלכע שטותים
אדער זעט אויס אז די ארבעטס דא פאר געלט אין די ביסט איינע פין די מח שווענקער דוד מסור באצאלט דיר צי ענפרען אויף אלעס אפילו ס"שטימט נישט ( just to do you job
אדער זאגסטי ליגענט קיינמאל אזא מעשה נישט געשען
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2009 22:10 |
|
| |
נעבעך משה12 האט באקימען א נערוון בראך, איין ווארט קלעבט נישט מיט צווייטן,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2009 22:49 |
|
| |
אלעס וואס איך האב געשריבען איז אז די געזונטע קעפ זאלען בלייבען געזונט און נישט נתפעל ווערן אפילו קיין זוז כ"ש פון די אהרוינישע שקרים, פאר די שוין באוואשענע קעפ גלייב איך נישט אז עס איז נאך דא א רפואה ווי איר זעט פון דעם געדעמיזשטע גערעכטער וואס גלייכט צו די כח הקדושה פון די פריערדיגע עצי התמרים ביז צי די ביליגע פראפעגאנדע פון יענעם צד
מעשות אן נעמען אדער באווייז, אפילו 'שיינע ראש ישבה מעשות' איז נישט אינטערעסאנט
און אפילו עס איז שוין דא א ראש ישבה וואס איז איבערגענומען געווארען פון די גרויסארטיגע (נישט מידע צומישטע) פשעטליך מיינט דאס נאך נישט אז יעצט דארף איעדער זיך הייבען דאס היטל און מקבל מרות זיין פון דעם פאשא
אגב וואלסטו געטון א דבר טוב מיטן מפרסם זיין די נאמען פון די (מענדל שעכטער) ראש ישבה אז מען זאל וויסן צו היטען די קינדער פון זיין השפעה
און צו דער וואס האט געשריבען אז נאר חלה דעקליך ווערן איבערגענומען פון פראפעגאנדע. בין איך מחולק און אפילו קליגע אידן קענען אמאל צומישט ווערן, און פאקט האב איך געהאט אנגעגרייט א טוץ משלים פון עטליכע זאכען וואס ווערן געגלייבט אפילו ביי טייל אנטי התחדשות אידן און זענן און פאקט פאלנע און טאקע אבסורדע שקרים, צוליב ענגשאפט און צייט בין איך נאכנישט אנגעקומען ועוד חזון
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2009 02:12 |
|
| |
יואלי, מיט דיין צווייטע תגובה האסטו באשטעטיגט אז דו ביסט א פאלנער ארוני, טאקע א פרימיטיווער חלה דעקל, אבער, דו ביסט א חלק פון די "אנדרייערס" פון די פאלשע פראפאגאנדע, די גאנצע אשכול איז א חלק פון די קינדערישע מוח וואשעריי, וואס ארבעט בלויז ביי חלה דעקלעך און ביי נאראנים..
אויב מ'וואלט געמעגט עובר זיין אויף גילוי וואלט איך געזאגט אז דו ביסט נישט קיין אנדערער ווי "גערעכטער".
נישט דא דא איינער וואס גלייבט אז די מעשה מיט דעם כלומר'שטן ראש ישיבה איז געשטויגן און געפלויגן, איך ווייס פון אנדערע קראנטע מעשיות וואס זענען ליידער באוואוסט, פון בחורים וואס די עלטערן זענען געווארן זייער צובראכן ווען זיי האבן געמיינט אז זייער בחור עפנט א אידיש ספר און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער מאכט גאר פייערס און זינגט פאסיגע ניגונים ביי לויות..
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2009 16:50 |
|
| |
| וויכטיג כתב: |  | יואלי, מיט דיין צווייטע תגובה האסטו באשטעטיגט אז דו ביסט א פאלנער ארוני, טאקע א פרימיטיווער חלה דעקל, אבער, דו ביסט א חלק פון די "אנדרייערס" פון די פאלשע פראפאגאנדע, די גאנצע אשכול איז א חלק פון די קינדערישע מוח וואשעריי, וואס ארבעט בלויז ביי חלה דעקלעך און ביי נאראנים..
אויב מ'וואלט געמעגט עובר זיין אויף גילוי וואלט איך געזאגט אז דו ביסט נישט קיין אנדערער ווי "גערעכטער".
נישט דא דא איינער וואס גלייבט אז די מעשה מיט דעם כלומר'שטן ראש ישיבה איז געשטויגן און געפלויגן, איך ווייס פון אנדערע קראנטע מעשיות וואס זענען ליידער באוואוסט, פון בחורים וואס די עלטערן זענען געווארן זייער צובראכן ווען זיי האבן געמיינט אז זייער בחור עפנט א אידיש ספר און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער מאכט גאר פייערס און זינגט פאסיגע ניגונים ביי לויות.. |
|
זיי נישט קיין קינד, דער משהעלע איז נישט "גערעכטער", כאטש ער איז הינדערט פראצענט גערעכט איז ער פארט נישט גערעכטער אין איך האלט אויך אז ער איז א פאלנער אהרוני, אבער ער איז נעבעך א געווארענער אהרוני, על פי חשבון איז ער א גיוועזענער קווינס בחור וואס האט זיך נעבעך אפגיבראטן, ער איז אראן גיפאלן נישט ווילענדיג קיין הופפער אין קען זיך נישט ארויס זען, על כן ווארענט ער אלע זאליס נישט צי באגיין דעם זעלבן טעות וואס ער האט גימאכט, נו קימט עם דערפאר טויט שטראף?, ווערט ער וועגן דעם א חלה דעקל?,
די מעשה מיט דעם ראש ישיבה איז הונדערט פראצענט אמת, איך קען דעם איד, ער איז דאך מיין שכן, אין ער וועט זיכער נישט זאגן קיין ליגענט, בכלל איז ידוע אז גיטע בחורים אפילו פין קווינס שפירן ביי אינזער רבי א חיות דקדושה, אין קווינס איז דא א גאנצע גרופע פיינע בחורים וואס זענען אדוק אין אינזער רבי שליט''א אין לערנען דעם רביןס תורות יעדע וואך, דער קול התאחדותינו/משלחן מלכים איז א אפטער גאסט אין קווינס ישיבה, אין נישט בחינם האט נפתלי בלומענפעלד גיווארענט אז טאמער מע כאפט איינעם מיטן קול התאחדותינו פליט ער פין די ישיבה, זיין פראבלעם איז נאר, אז אויב ווארפט ער ארויס די קול התאחדותינו בחורים בלייבט ער נאר מיט גאביטש, ווייל זיי זענען דאך פין די בעסטע בחורים אין קווינס,
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2009 04:53 |
|
| |
גערעכטער כתב: די מעשה מיט דעם ראש ישיבה איז הונדערט פראצענט אמת, איך קען דעם איד, ער איז דאך מיין שכן, אין ער וועט זיכער נישט זאגן קיין ליגענט, בכלל איז ידוע אז גיטע בחורים אפילו פין קווינס שפירן ביי אינזער רבי א חיות דקדושה, אין קווינס איז דא א גאנצע גרופע פיינע בחורים וואס זענען אדוק אין אינזער רבי שליט''א אין לערנען דעם רביןס תורות יעדע וואך, דער קול התאחדותינו/משלחן מלכים איז א אפטער גאסט אין קווינס ישיבה, אין נישט בחינם האט נפתלי בלומענפעלד גיווארענט אז טאמער מע כאפט איינעם מיטן קול התאחדותינו פליט ער פין די ישיבה, זיין פראבלעם איז נאר, אז אויב ווארפט ער ארויס די קול התאחדותינו בחורים בלייבט ער נאר מיט גאביטש, ווייל זיי זענען דאך פין די בעסטע בחורים אין קווינס, ... איך גלייב נישט דו ביסט אזא נאר ווי דו מאכסט זיך.. אין קווינס איז קיינער פון די 800 בחורים נישט "אדוק" אין דעם בעל עפרא לפומיה, קיינער איז נישט אינטרעסירט אין אים, און דארט אין ישיבה הקדושה אין קווינס איז נישטא צו געפינען פון ענקערע פלוג בלעטלעך, און הרב נפתלי בלומנפעלד וועט נישט פארשווענדן קיין איבעריג ווארט וועגן א זאך וואס איז בכלל נישט אקטועל דארט.. דארט קאכט מען אין גמרא תוספות ראשונים און אחרונים, שלחן ערוך ונושאי כלים, מווייקט זיך אין די ספרים פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע און ספרי ברך משה זי"ע ולהבחל"ח די שיעורים און הערליכע חידושי תורה מהרי"י ט"ב פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, חוץ פון פילע רייכע קונטרסים און גליונות וואס קומט ארויס וועכנטליך אין די כותלי הישיבה ווי ליקוטי ענינים אויף חומש רש"י און חבורת ויואל משה וכדומה, דארט איז מוקצה מחמת מיאוס אלע זאכן וואס האבן שייכות מיט די יעניגע חברה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2009 17:47 |
|
| |
מיט דיינע סברות לייקנסטי אפ א מציאות? יעדן בין הזמנים אין אפילו סתם שבת דרייען זיך אין הופפער קווינסער בחורים, אמת נישט קיין סאך, ווייל וויפיל פיינע בחורים איז דען דא אין קווינס? אבער פין די פיינע איז דא א מספר מסויים וואס לערנען אין קימען קיין הופפער,
איך האב קודם גימיינט אז די מיינסט טאקע אמעתדיג מיט דיין תגיבה, אבער ווען די שראבסט ולהבחל"ח די שיעורים און הערליכע חידושי תורה מהרי"י ט"ב פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, זע איך אז די ביזט א פלעינער לץ, אין מאכט חוזק פין דיין אייגענעם רבי, שעם אן יו!!!, דאס איז זיכער אז מען זעט ביי אינזער רבי גאנץ אפט פיינע בחורים פין אנדערע ישיבות אין אפילו פין קווינס, פיינע בחורים קלעבן צי אינז, ביי אינז טרעפן זיי א סיפוק, זיי הערן שיינע תורות, קענסט לייקענען וויפיל די ווילסט אבער יעדער וואס דרייט זיך ביי אינז ווייסט אין זעט דעם אמת,
|
|
|
|
|