ענפער פין בי"ד ב'קרית יואל פאר די בתי דינים אין פאר בי"ד אורח מישור
דא האט איר די ענפער פין בי"ד פאר דע בי"ד אורח מישור וואס האט געשיקט א הזמנה פין דעם מסור דוד עקשטיין
תוקן על ידי ווער_איז ב- 25/12/2009 17:33:21
נשלח ב-25/12/2009 18:16
נשלח ב-25/12/2009 19:46
פין אישי
דאס עם הארצות, טיפשות, און רשעות וואס שרייט ארויס פון דעם בריוו איז דאך אין לשער.
1) דא איז נישטא קיין שום רעדע פון א "בית דין", דאס זענען דריי מענטשן - וואס זענען בכלל נישט מוחזק אלס דיינים בעניני חו"מ, און האבן דעריבער לויטן שו"ע א דין ווי "שלשה רועי בקר" - וואס האבן זיך אוועקגעזעצט ביי זיך אין דיינינג רום און געמאכט א חוכא וטלולא פון דעם גאנצן ענין פון דין תורה און בתי דין. די אלע מראי מקומות זענען אינגאנצן נישט גילטיג ביי אפאר אפגעפרעגטע חברה וואס זיצן אינאיינעם און ווארטן אז די ביהכ"ס זאל ליידיג ווערן. קיינער האט זיי קיינמאל נישט אויפגענומען, ניטאמאל ביי זייער ציבור זעלבסט ווערן די מענטשן באטראכט אלס א 'בית דין' (נאך ווייניגער פונעם פורים בד"צ וואס די זאליס האבן דא אין וויליאמסבורג). זייערע אלע 'הזמנות' און 'אזהרות' האבן נישט דאס מינדסטע הלכה'דיגע האפט.
2) אלע דריי מענטשן זענען טייל פון די בעלי דינים זעלבסט. ס'איז נאכנישט געהערט געווארן אין דער וועלט אז דער בעל דין, זאל זיין כגובה ארזים גובהו, זאל זיך קענען אוועקזעצן און זאגן אז ער מאכט אן א.ג. 'בית דין' אויף דעם אייגענעם סכסוך אויף וואס מ'קריגט זיך!
3) זיי האבן אריינגעשלעפט דעם סכסוך אין געריכט, נישט קהל יטב לב. אנשטאט זיך אויפפירן ווי אידן זענען זיי געלאפן צום גוי, און ווען יענער האט זיי געוויזן די טיר ווערט עס מיטאמאל מסירה, הליכה לערכאות, וכל שום וחניכא דאית להו.
3) ר' דוד עקשטיין שליט"א האט קלאר געזאגט "אלך ולא אמסור". דאס אריינגעבן קאנטעמפט קלאגעס אין געריכט זענען שוין געטון געווארן צענדליגער מאל אין די אידישע היסטאריע אין אמעריקע ווען א סכסוך איז אנגעקומען אין גוי'אישן געריכט מאיזה סיבה שיהי' און זענען קיינמאל נישט באטראכט געווארן אלס מסירה. איך האב מיט די אייגענע אויגן געזען וויאזוי די זאליס האבן אויפגעהאנגען אין זייער 'פענסטער' אין ראדני (מזרחית צפונית, נעבן די געוועזענע שמש שטיבל, ווער ס'געדענקט נאך...) א צעטל פון באראש אז ר' בערל פריעדמאן מיט ר' יצחק ראזענבערג און די אנדערע ראשי קהלה וועלן באקומען געלט שטראף אדער תפיסה אדער ביידע, וואס ס'האט זיך ב"ה מיט גארנישט אויסגעלאזט.
ר' דוד עקשטיין האט קלאר געזאגט אז ער וועט נישט לאזן ארעסטירן קיינעם. ס'איז פאראן גענוג אנדערע מיטלען וויאזוי ארויסצוזען איינעם פון א הויז וואס ער האט געגנב'עט. די קאנטעמפט קלאגעס זענען געווען סתם א געווענליכער געריכטליכער פראצעדור וואס פארלאנגט זיך צו קענען נעמען שארפערע שריט. און די שלשה רועי בקר ווייסן דאס זייער זייער גוט!
נשלח ב-27/12/2009 03:05
דין תורה די פאקטען זאגען אנדערש ווי די שרייבסט אין די בי"ד זאגט זייער גיט אין ר" געציל קען טאנצען נאך 11 מאל מיטען מסור ימ"ש עס וועט עם גארנישט העלפען ער וועט נאך אלס בלייבען א מסור אין נישט פארגעסען הר"ר געציל איז א באצאלטער דיין פין דוד מסור
נשלח ב-27/12/2009 03:53
דאס עם הארצות, טיפשות, און רשעות וואס שרייט ארויס פון דעם הזמנה איז דאך אין לשער.
1) דא איז די רעדע פון א הזמנה צו א "בית דין", דאס זענען דריי מענטשן - וואס זענען מוחזק אלס דיינים בעניני חו"מ, און האבן דעריבער לויטן שו"ע א דין ווי "שלשה מומחים" - וואס האבן זיך אוועקגעזעצט ביי זיך אין דיינינג רום און געמאכט א חוכא וטלולא פון דעם ארוינישן פארטיי און זייערע לעדל היתרים. די אלע מראי מקומות זענען תורה מסיני אבער פארשטייט זיך אינגאנצן נישט גילטיג ביי אפאר אפגעפרעגטע ארוניס חברה וואס זיצן אינאיינעם און ווארטן אז די ביהכ"ס זאל ליידיג ווערןפאר זייער געטשקע היל"ת און מוסרים. קיינער האט איהם נישט ממנה געווען אלס רב און עקשטיין אלס ראש הקהל, ניטאמאל ביי זייער ציבור זעלבסט ווערן די מענטש באטראכט אלס א 'ראה"ק' (נאך ווייניגער פונעם פורים בערי פר"מ וואס די ארויניס האבן דא אין וויליאמסבורג). צוריק צום יאקער ב"ד זייערע אלע 'הזמנות' און 'אזהרות' האבן נישט דאס מינדסטע הלכה'דיגע האפט.
2) אלע דריי מענטשן זענען טייל פון די בעלי דינים זעלבסט. און ס'איז שוין געהערט געווארן אין דער וועלט אז דער בעל דין, זאל זיין כגובה ארזים גובהו, זאל זיך קענען אוועקזעצן און זאגן אז ער מאכט אן א.ג. 'בית דין' אויף דעם אייגענעם סכסוך אויף וואס מ'קריגט זיך! יא איר הערט גוט, בני יואל האט מען געאסר'ט דורך'ן בעל דין אליין, יוסל וואלדמאן האט זיך געבעטן ווי א גזלן צו זיין בעל דין זאל קומען צו דין תורה, ווער ,ס'האט דעם טעיפ זאל ביטע מהנה זיין דעם עולם, און זיין בע"ד האבן איהם געמאכט פאר א מסור אפילו ער האט בכתב און בע"פ געבעטן א די"ת, ווידער דא ב"ד האט געשיקט אן הזמנה און התראה, ער האט געהאט אלע אפציעס צו גיין צו זיי אדער ענטפערן א צווייטע בי"ד, אין חדש תחת השמש
3) קהל יטב לב האבן אריינגעשלעפט דעם סכסוך אין געריכט, אנשטאט זיך אויפפירן ווי אידן זענען זיי געלאפן צום גוי, און ווען יענער האט זיי געוויזן די טיר און פארלוירן דאס בעלות פונעם הויז, האבן זיי אריינגעגעבן א קלאגע אז דאס הויז ווערט גענוצט אויף א אומגעזעצליכען אופן, וואס דאס מאכט זיי נאכאמאהל תביעת מסירה, הליכה לערכאות, וכל שום וחניכא דאית להו.
3) דוד עקשטיין האט קלאר געזאגט "אלך אמסור". דאס אריינגעבן קאנטעמפט קלאגעס אין געריכט זענען שוין געטון געווארן צענדליגער מאל אין די אידישע היסטאריע אין אמעריקע ווען א סכסוך איז אנגעקומען אין גוי'אישן געריכט מאיזה סיבה שיהי' און זענען אייביגבאטראכט געווארן אלס מסירה. איך האב מיט די אייגענע אויגן געזען וויאזוי די זעלבע כעוורע האבן אריינגעגבן א תביעה אין געריכט ביי חרדים איינצוזעצן דריי יידן פארן זעלבן חטא (ווער ס'האט עס זאל ביטע פאסטן) און נישט נאר " אויפגעהאנגען אין זייער 'פענסטער' אין ראדני (מזרחית צפונית, נעבן די געוועזענע שמש שטיבל, ווער ס'געדענקט נאך...) א צעטל פון באראש אז ר' בערל פריעדמאן מיט ר' יצחק ראזענבערג און די אנדערע ראשי קהלה וועלן באקומען געלט שטראף אדער תפיסה אדער ביידע, וואס ס'האט זיך ב"ה מיט גארנישט אויסגעלאזט" נאר בפועל געמאסערט.
דוד עקשטיין האט קלאר געזאגט אז ער וועט נישט לאזן ארעסטירן קיינעם אבער פארן ריכטער האט ער געשריבן גאר אן אנדערען געשיכטע. ס'איז פאראן אסאך מיטלען וויאזוי ארויסצוזען איינעם פון א הויז צו גנב'ענן. די קאנטעמפט קלאגעס זענען געווען סתם א געווענליכער געריכטליכער פראצעדור וואס פארלאנגט זיך צו קענען נעמען שארפערע שריט וואס און לשה"ק הייסט עס מסירה. און די ווייסן דאס זייער זייער גוט!
תוקן על ידי zibala ב- 27/12/2009 03:57:05
נשלח ב-27/12/2009 16:38
דיןתורה כתב:
פין אישי
דאס עם הארצות, טיפשות, און רשעות וואס שרייט ארויס פון דעם בריוו איז דאך אין לשער.
אזוי ווי די ברעגסט אראפ א געמויזאכטץ פין דע בעקערי פארום ווי א פארלוירענע חלה דעקעל שרייבט דארט ( קען זיין אז די ביסט עס אויב יא זיי מיר מוחל) וועל איך דיר אויך ברענגען דעס וואס דער ניק א_בני_יואל שרייבט דארט
נשלח ב-25/12/2009 19:05
דעס וואס די זאגסט אז סאיז אזוי פשוט פארוואס איז נישט דא קיין איין בי"ד אדער רב דיין אדער א כולל יונגערמאן אדער א מגיד שועור אדער אמלמד אדער א בחור אין ישיבה וואס שרייבט עס נאר א הייד פארק שרייבער ????????????
=אין דעס איז מיין לעצטע ענפער אי"ה וועגען דעם ענין נישט איך אין נישט די קענען דא אריין רעדען סאיז א תורהדיגע שמועס =
דיןתורה ישראל מאיר קעניג אלס א דיין יחיד איז א בי"ד מומחה? די ביסט איין שטיק ליצנות
די דיינים זענען נישט די בעלי דינים זעלבסט, זיי געהערן זיך אן צו בני יואל פונקט ווי דער לץ ישראל מאיר קעניג געהערט זיך אן צו די אהרוינים.
נשלח ב-27/12/2009 17:33
חיי_שעה כתב:
דיןתורה
ישראל מאיר קעניג אלס א דיין יחיד איז א בי"ד מומחה? די ביסט איין שטיק ליצנות
די דיינים זענען נישט די בעלי דינים זעלבסט, זיי געהערן זיך אן צו בני יואל פונקט ווי דער לץ ישראל מאיר קעניג געהערט זיך אן צו די אהרוינים.
זיי נישט מדמה דע לצים צי די בי"ד וואס זיי זענען די שענסטע רבנים וואס אינזער דור פארמאגט נאך
נשלח ב-27/12/2009 17:50
IT'S A MATTER OF TASTE איינער גלייכט דעם (הרב) קעניג, אין איינער דעם (הרב) מאגענשטערן.
נשלח ב-27/12/2009 18:05
ווער_איז כתב:
דעס וואס די זאגסט אז סאיז אזוי פשוט פארוואס איז נישט דא קיין איין בי"ד אדער רב דיין אדער א כולל יונגערמאן אדער א מגיד שועור אדער אמלמד אדער א בחור אין ישיבה וואס שרייבט עס נאר א הייד פארק שרייבער ????????????
= נישט איך אין נישט די קענען דא אריין רעדען סאיז א תורהדיגע שמועס =
דעס איז די ענפער פאר דיר אין פאר אלע חלה דעקליך!!!!
נשלח ב-27/12/2009 18:26
יא יא, היר ווי גאו עגעין, דאס איז די אלטע זאלויני מענטעליטי, זיי קענען שרייבן גרויסע שרעקעדיגע חרמות ואיסורים, קשר בוגדים, מסור, חרם, מ'געבט זיך א נייער טיטול אלס א בי"ד, מיט א נייער לעטער העד, און א זיגל, אבער איינמאל מ'רופט זיי צו די"ת צו אפגעבן א דין וחשבון פאר זייערע מעשים הייבן זיי אן צו אוועק טשיקענען, און קומען מיט הויפנס תירוצים פון דא ביז קאנארסי פארוואס זיי זענען פטור פון די"ת. תהליכי הקהלה, דער רבי וויל, אין נזקקין, אביסל טינט, מסור, אלעס נאר נישט קיין דין תורה.
די גאנצע זאלויני בני יואל פארטיי זענען קאראפטירטע פחדנים.
נשלח ב-27/12/2009 18:39
פארוואס קימט נישט מרדכי לייב גליק מיט מסור וויינשטאק צי דין תורה וואס דער שפאטיווקער רבי האט עם געריפען ?
נשלח ב-27/12/2009 18:51
זענען טאקע ענקערע דריי עמודי התורה דער שארמאשער מיטן טשאדער אין ר' משה בער אזעלעכע שקצים ווי מרדכי לייב גליק? אזוי ווייניג האלסטי פין דיינע רבנים?
נשלח ב-27/12/2009 18:53
תירוצים, דער, יענער, איך ווייס נישט ווער גליק איז, איין זאך ווייס איך אז אין ב"פ האבן די אהרוניס דעמאנסטרירט אז זיי גייען צו די"ת, אן עכטער קידוש השם! די זאלויניס דערווייל קיין איין מאל נישט, ס'שוין נישט קיין צופאל.
נשלח ב-27/12/2009 19:04
זייער שיין דערלעבט, דער הייליגער שארמאשער רבי גייט נישט צי דין תורה ווייל דער מסור וויינשטאק גייט אויך נישט, נו קען דאך דער מסור וויינשטאק ווערן שארמאשער רבי !!! זיי זענען דאך אייניג,
נשלח ב-27/12/2009 19:05
נאכאמאל פאר אלע חלה דעקעלעך פארוואס איז נישט דא קיין בריוו פין קיינעם נישט א רב א דיין אין אפי' א מגוד שיעור אדער כולל ינגערמאן אדער א מלמד אדער א ישיבה בחור וואס קען עפעס לערנען ווי זענען דע אלע סאיז דאך אזוי פשויט אז דע בי"ד איז נישט גערעכט
אין ווי זעסטו אז זיי דרייען זיך ארויס פין דין תורה זיי האבן גענפערט יעצט זאל בי"ד וואס האט געשיקט די הזמנה ענפערן אויף דעם אין שיקען א הזמנה #2 פאר די בי"ד אין קרית יואל יעצט דארפן זיי טיען יעצט איז זייער רייע צי שיקען די בי"ד אין קרית יואל האט געטיען וואס זיי האבן געדארפט על פי תורה!!!!!!!!!!!!