איך מיין, און איך האף, אז מען דארף דאס נישט מסביר זיין פאר קיינעם,
אז דא און חדרי חרדים, איז פאר אינז סאטמערע אידן אויפן גאס,
און די זאכן וואס ווערט דא דיסקאסירט, ברענגט נישט קיין כבוד פאר קיין סאטמארער חסיד,
אפילו אויב איינער פארשטייט, אז וואס קען שוין זיין שלעכט, מען טענה'ט זיך פשוט ארום,
ליינט אפ מיין וויילען קאמפיין מעסיטש, דערנאך געט אפ אייער שטומע,
עס איז דא א טייטש,
תשב באחיך תדבר בבן-אמך תתן-דפי. "תשב באחיך תדבר" ווען די זעטצט זיך רעדן אויף דיין ברידער,
געדענק אז "בבן-אמך תתן-דפי" די רעדסט אויף דיין מאמע'ס קינד,
דאס מיינט צי זאגן די פארשעמסט דיין מאמע,
אלה עשית והחרשתי דמית היות - אהיה כמוך אוכיחך ואערכה לעיניך. "אלה עשית" אויב איז די מדובר בבן אמך,
והחרשתי, דארף איך זיין שטיל,
פארוואס? ווייל,
דמית היות - אהיה כמוך,
דער פון אידרויסען, וועט זיך נישט וועלען מישען, וועט ער זאגן מן הסתם זענען ביידע איינוג שילדיג,
און אויף וועם וועט גיין די דברי דופי, עס וועט גיין בבן אמך,
אבער דיין ברודער אין כל העולם כולו האט דאך זייער פורום ברייט אפען, ממילא וועט די שמוץ וועש גראך פון דארט ארויס ליקן, ומה הועילו חכמים בתקנתם? אשר ע"כ האלט איך אז אזוי לאנג דער אנדערער פורום איז ברייט אפען זאל אונזער אויך בלאבן אפען,