| נשלח ב-28/12/2009 17:45 |
|
| |
WOW WOW קליפ פין א פארטעסט אין סקווער!!!!!
תוקן על ידי nys10952 ב- 28/12/2009 17:50:54
תוקן על ידי nys10952 ב- 28/12/2009 17:51:42
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 17:49 |
|
| |
האט איינער נייעס פין דארט? דא אין מאנסי לאכט א גרויסער עולם איבערהויפט דע פין וואלטער גאס (פאר דע וואס ווייסען וד"ל) אימגעגענט .
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 18:45 |
|
| |
געוואלדיג נאך אמאל ציבראכן די בערלינער וואנט...........
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 20:49 |
|
| |
קען דא איינער מסביר זיין אין קורצע ווערטער אויף וואס מען שלאגט זיך דארט?
פרומע מיט באמעס? חסידים מיט מתנגדים? סתם שכנים מחלוקת? מען איז ברוגז אויפ'ן רבי'ן אדער אויף די ראשי הקהלה?
און ווער שרייט גייט קיין קרית יואל? און צו וועלכע צד אין קרית יואל זאל מען גיין?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 22:28 |
|
| |
די טענה פון די היציגע בחורים צד, וואס שרייען ארויס פון שטעטל
A group of old Bochrim, some working during the day and some not working at all, have hijacked a few years ago a room in the yeshiva building adjacent to the shul and barricaded it. They hang around there every night and every Shabbos and Yom Tov. What they are doing there? You guess. This place is a magnetic place for shvacha bochrim and they are dragging more and more young bochrim into there gang. The hanhala tried numerous times to persuade them to leave this place unsuccessfully. They tried a few times to lockup the building but these guys broke down the doors and locks. A few weeks ago, the Dayanim of skver mailed a letter to all residence advising them that the all public buildings will be locked up every night, Shabbosim and Yamim Tovim and asked that this be respected and adhered to for the safety and kedusha of our youths. To enforce this, the dayanim hired a security company to make sure no one trespasses these premises. This past Shabbos, during davening, 2 yungeleit, one in his late 20's and one in his late 40's, who are unfortunately clinging to this group, for obvious reasons, disregarded the security guards directions and entered the building and would not leave.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 22:33 |
|
| |
פאר דער צד וואס שרייט "סטאפ טעראר נאו". וועט מסתמא געדויערן לענגער אפצוענטפערן זייער טענה, ווייל זיי האבן נישט קיין ווילידזש אין די האנט, און נישט דעם רבי'ן אויף זייער זייט, און מסתמא ציטערן זיי פארן לעבן, וועלן מיר מוזן אביסל אויסווארטן צו קענען הערן די טענות פון ביידע צדדים.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 22:36 |
|
| |
נעכטען נאכט נאך די הפגנה איז דער יונגערמאן מען האט געוואלט ארויס ווארפען געגאנגען צים בית דין דשיכון סקווירא אין געמאכט מיט א הסכם ער האט געדארפט אינטער שרייבען: 1 ער וועט מער נישט אריין גיין אין ישיבה אן רשות. 2 אז ער וועט געבען פארן רבין א קוויטעל צווי מאל א יאר פאר ראש השנה אין יום כופיר. 3 אז ער וועט קומען יעדער וואך צום טיש. 4 אויך דארף ער אויף הענגען א צעטיל אין בית מדרש איבער בעטין וואס ער איז אריין אין ישיבה אן רשות אין ער וועט קיינמאל נישט טין נאכאמאל אין אינטער שרייבען זיין נאמען. אויב הענגט ער נישט אויף דעם צעטיל וועט ער מיזען צאלען קנס געלט $2000 . אויב איז ער עובר אויף די תקנות ווארפט מען עם ארויס פון שטעטיל. פרטים יבאו!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2009 11:27 |
|
| |
עס איז נאך דא אזא זאך טירור ???????????????
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2009 17:29 |
|
| |
על כבודי לא מחיתם
איך הער אזוי די סקווערע חכמים שרייען "דא איז נישט סאטמאר". האב איך איין הגה"ה
ווען עס האט זיך געהאנדלט וועגן כבוד שמים, צו וועגן חיטוטי שכבי, חילול שבת, ניתוחי מתים, זענען די סקווערע געווען זייער "נאאיוו" זיי "וועיסן נישט", בכלל זענען זיי וואוילע מענטשן, מען פראטעסטירט נישט, מען שרייט נישט, אבער די רגע וואס ער רירט אן דעם כבוד פון זייער בשר ודם, אז איינער האט נישט אויסגעווארט ביז 3:00 אזייגער פארטאגס שבת צו נעמען א עפעל פון רבין, צו ער קומט נישט גענוג מיט א קוויטל, און נאך אזעלכע שווערע חטאים, שיקט מען די בחורים שרייען 10:00 ביינאכט ווען קליינע קינדער שלאפן שוין, און מען "וועיסט שוין" זייער גוט.
איך נעם נישט קיין שטעלונג אויף אינערליכע סקווערע מחלוקת, אבער אז זיי שרייען "דא איז נישט סאטמאר" קען איך זיי זאגן אז דארט איז טאקע נישט סאטמאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2009 17:47 |
|
| |
| פארשטייצעך כתב: |  | | על כבודי לא מחיתם
איך הער אזוי די סקווערע חכמים שרייען "דא איז נישט סאטמאר". האב איך איין הגה"ה
ווען עס האט זיך געהאנדלט וועגן כבוד שמים, צו וועגן חיטוטי שכבי, חילול שבת, ניתוחי מתים, זענען די סקווערע געווען זייער "נאאיוו" זיי "וועיסן נישט", בכלל זענען זיי וואוילע מענטשן, מען פראטעסטירט נישט, מען שרייט נישט, אבער די רגע וואס ער רירט אן דעם כבוד פון זייער בשר ודם, אז איינער האט נישט אויסגעווארט ביז 3:00 אזייגער פארטאגס שבת צו נעמען א עפעל פון רבין, צו ער קומט נישט גענוג מיט א קוויטל, און נאך אזעלכע שווערע חטאים, שיקט מען די בחורים שרייען 10:00 ביינאכט ווען קליינע קינדער שלאפן שוין, און מען "וועיסט שוין" זייער גוט.
איך נעם נישט קיין שטעלונג אויף אינערליכע סקווערע מחלוקת, אבער אז זיי שרייען "דא איז נישט סאטמאר" קען איך זיי זאגן אז דארט איז טאקע נישט סאטמאר. |
|
אוי ביסטו ליידער גערעכט
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2009 01:43 |
|
| |
גביר אדיר כתב:איך בין נישט קיין פריינט פאר סקווירא און אויך נישט קיין פיינט. פאר די וואס ווילן זען א מרידה\חלוקה\סתם איבערקערניש אין סקווירא, איר וועט מוזן ווארטן נאך אביסל, עס איז נאך נישט דאס.
ס"ה רעדט זיך דא פון אפאר ליידיג גייערס וועלכע פלעגן זיך יעדן שבת ביים דאווענען צאמקומען אין בנין הישיבה (וועלכע איז פונקט געגן איבער דעם בית מדרש) און פלעגן דארט קאלעצן. איבריג צו זאגן אז קיין שום אחריות'יגע קהילה טאר אזאנס נישט צולאזן, האט מען דעם ישיבה בנין פארשפארט און געשטעלט א סעקיוריטי קאמפאני זאל היטן די אריינגענג. מען האט אויך געשיקט בריוו פאר די חברה מטעם דעם בי"ד אז דאס זאל זיך אויפהערן.
איינער פון די חברה, לכאורה א איד מיט גאר ווייניג שכל, ווייל דער מענטש מאכט שוין חתונה קינדער און קיינער פארשטייט נישט פארוואס עס פעלט אים אויס אזאנס (בד"וו, דער מענטש האט שוין איינמאל געהאלטן ביים ארויסמופן פון סקווער, אבער ער איז געוואר געווארן אז דעער עולם פרייט זיך, האט ער געקענסלט דעם פלאן). עניוועי, דער חברה מאן איז זיך געגאנגע ןשלאגן מיט די גארדס. און די פראטעסט איז א רעאקציע צו דעם.
און פאר די וואס שרייען אז סיז גארנישט מיט גארנישט, און אין סקווער איז אלעס שא שטיל. וועקטס ענק אויף, און הייבטס אן זען דעם מציאות. אויב יעצט איז נאך נישט געשען א מרידה, קען עס יעדן טאג געשען. עס איז מער נישט די וועלט וואס אמאל. דער געדאנק איז געווען עס זאל זיין א שטעטל, דערווייל איז עס געווארן א שטאט. עס וואינען אין סקווער בערך צוועלף הונדערט משפ' קע"ה, און צווישן אזא גרויסן ציבור איז אלעמאל דא כמה דעות (איך רעד שוין נישט פון דעם אז א גרוש מוז אלעמאל דאווענען אין איין בימ"ד מיט זיין געוועזענעם שווער וכדו', ווייל עס איז נישט דא קיין אנדערער פלאץ ווי צו גיין), און דער ציבור איז צו גרויס צו האלטן יעדעם אינטער קאנטראל.
די ראשי הקהילה ווייסן דאס און זיי זענען אובד עצות, מען לאז שוין נישט היינט דעם שטעטל וואקסן אזוי ווי אמאל, נישט יעדער תלמיד קען בלייבן ווואינען דארט, אבער זיי האבן פארשפעטיגט, זיי האבן דאס געדארפט אפשטעלן ביי פיר הונדערט משפחות, נישט ביי טויזנט, יעצט איז שוין טו לעיט.
און מיטן טרייען צו האלטן אזא שטיייפע האנט, מאכן זיי נאר ערגער, דער ידישער געגענט ציט זיך נענטער און נענטר קיין סקווער, און סעאיז נאר א שאלה פון צייט ביז עס וועלן זיין היימישע בתי מדרשים א שפאציר פון סקוויער, און דעמאלץ איז דער מלחמה אינגאנצן פארלוירן.
נ.ב. מחלוקת צווישן די ברודער לאמיר נאך לאזן אויף שפעטער. כאטש סקווערער רבי איז שוין נישט קיין אינגערמאן, און ער האט זיך לעצטנס היפש געעלטערט, אבער עוד חזון למועד
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2009 17:54 |
|
| |
דער וואס איז שילדיג אז עס איז אנגעקומען צו די גוישע פרעסער איז א מחלל ש''ש ר''ל והמחלל את ד'........
|
|
|
|
|