| נשלח ב-3/1/2010 23:03 |
|
| |
פרישע שערורי' מיט די ארונישע גסות פלייש'ן
ווי איך הער פין א קראנט פלאטץ האט דער נירבאטיער רב שליט"א וואס געט די הכשר אויף מיל מארט נישט געלאזט נעמען די איבעריגע פלייש פין די אזוי געריפענע ניע מהודר'דיגע בהמה פלייש פין דע כת הידוע לשמצה ער האלט אז זייער פלייש איז טריפה אין מ'טאר עס נישט עסען.
ווייסט איינער מער פרטים דערוועגן?
לויט ווי איך האב פארשטאנען רעדט מען עפעס וועגען די וועג ווי אזוי זיי האלטן די בהמות ממש פארן שחטען.
תוקן על ידי יוספ7 ב- 03/01/2010 23:15:09
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2010 17:46 |
|
| |
איינער ווייסט פאקטן?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2010 17:48 |
|
| |
די ווייסט נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2010 19:23 |
|
| |
איך ווייס אויך נישט פינקטליך אבער עפעס וועגן די ארונים האבן איין געפירט אנציגיסן די קאפ פין די בהמה מיט הייס וואסער פאר'ן שעכט'ן וואס די פראבלעם אין אויב סאיז א פראבלעם ווייס איך נישט אבער דעס ווייס איך פאר א פאקט אז דער בעל מכשיר פין מיל מארט וויל נישט ניצן די פלייש
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2010 22:09 |
|
| |
כ'וועל נאכזאגן דברים כהוייתן צווייט-האנט פון א שוחט אין מיעלמארט,
די שחיטה מונחת האט צוויי פראקטישע פראבלעמן, איינס, נאכן שחט'ן לויפט די בלוט צוריק אינעם בהמה אריין וויבאלד ער זיצט און הענגט נישט מיטן קאפ אראפ, און דע טויטע בלוט מאכט די פלייש מער שווארץ, איז כדי מ'זאל קענען האבן רויטע פלייש איז דא א עצה אז מ'גיסט ארויף הייס וואסער דאן לויפט מער נישט די בלוט און ס'האלט זיך אויף איין פלאץ, אבער דעס מאכט א פראבלעם אין הלכה, ווייל ווען דע בהמה ווערט באגאסן מיט הייס וואסער העלפט מער נישט דאס באזאלצן און מ'טאר נישט עסן אומגעזאלצענע פלייש, די צווייטע פראקטישע פראבלעם, ביי שחיטה מונחת ברויך מען פארן שחט'ן, שאק'ן די בהמה ער זאל ווערן אנקאונטשעס, וואס ביי תלוי' איז דעס נישט דא וויבאלד די בלוט לויפט אים אראפ אין קאפ פעלט נישט אויס צו מאכן אנקאונטשעס, ווי ווייט דעס איז א פראבלעם אין הלכה ווייס איך נישט,
מיעל מארט לאזט מער נישט אריין דע שחיטה מונחת אין זייער פלענט, ר' אהרן וועט יעצט מיזן זוכן א אנדערע פלענט פאר זיינע הידורים, (דערווייל וועט מען בעוה"ר ווייטער עסן פלייש וואס אונזערע טאטעס און זיידעס האבן געגעסן..)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2010 23:14 |
|
| |
אין וועלכע פלענט שחט'ן די אהרוינים? עס האט געהייסן אז זיי שחט'ן ביי מיל מארט, נישט אזוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2010 23:32 |
|
| |
| נפל כתב: |  | אין וועלכע פלענט שחט'ן די אהרוינים? עס האט געהייסן אז זיי שחט'ן ביי מיל מארט, נישט אזוי? |
|
די ערשעטע פאבריקאציע וואס שטימט נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2010 23:35 |
|
| |
וואס שטימט נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 00:23 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2010 05:35 |
|
| |
די שלאכט הויז ווי מ'שחט די בהמות באלאנגען צו א גוי. נאר מ'ברענגט דאס אריבער צו וויינשטאק'ס פלענט צו טרייבערן און זאלצן און פארפאקן. דאס מיינט אז די בהמות פון פארשידענע שלאכט הייזער ווערן אלע געפרסעסט ביי מיעל מארט.
יעצט אויב די בעל המכשיר פון מיעל מארט האט א סיבה דאס נישט אריין לאזן צו מיעל מארט'ס פלענט. מוז מען דאס טרייבערן און זאלצן אויף א אנדערע פלאץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2010 17:43 |
|
| |
חכם דו כ'ווייס נישט וועמענ'ס פלענט עס באלאנגט (כ'מיין אז די חלום'סט, אז ס'באלאנגט פאר א גוי) אבער מיעל מארט איז דער וואס איז דארט בעה''ב (אדער איז עס זיינס אדער דינגט ער עס ארויס), אין זיי מאכען די פראפיט דערפין, די איינציגע חילוק פין די פלענט אין אנדערע איז: אין אנדערע פלענט'ס איז מיעל מארט בעה''ב כאדם העושה בתוך שלו, משא''כ דא איז מהר''א בעה''ב אין מיעל מארט האט אינוועסטירט אלע פארלאנגען פין מהר''א, וואס א חוץ אריינלייגען גרויסע געלטער פאר די אלע חומרות אין הידורים, האבען זיי אויך געדינגען א ב'טעמ'טע הויז אין דארט געבויט א ביהמ''ד אין א מקוה (וועלכע מהר''א האט האט ג'כשר'ט ביי איינס פין זיינע באזוכן), - ביי אנדערע פלענטס שעטלט מיעל מארט צו האטעל'ס פאר די שוחטים די משגיח וואס איז עומד אויף אלעם איז הרה''ג ר' אפרים שמעון לייכטאג שליט''א מיט נאך סאטמערע דיינים אין קורצען, מיעל מארט מאכט נאר די געלט דערפון, אין אינוועסטירט אלעס וואס פעלט אויס, אין די עצם פלענט רעדן זיי נישט אריין.
תוקן על ידי דיןתורה ב- 07/01/2010 17:47:40
|
|
|
|
|