| נשלח ב-8/1/2010 23:16 |
|
| |
ברעיקינג: בני ברק סכסוך גייט צו דין תורה!!!
כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א האט נאך חדשים לאנג פארהאנדלונגען צוזאמגעשטעלט א בית דין וואס ביידע צדדים האבן מסכים געווען זאל דן זיין אויף סאטמארע נכסים אין בני ברק אריינגערעכנט שיכון קרית יואל מוסדות יטב לב די זאלן און האטעל פון שיכון און בתי מדרשים פון סאטמאר, דער סכסוך האט זיך אנגעהויבן ווען משה חיים ווייס האט אריינגעגעבן אין די משרד החבורות פון מדינת ישראל אז ער איז דער מנהל און האט מערער געווען אויף די הנהלה פון ר' עזריאל גליק און אנדערע אלטע חברי הנהלה, די הנהלה האט געעפנערט און געפיילט א דעקלערעשאן מיט א היתר פון צוויי בתי דינים, (שלשה רועי בקר לשיטת מהר"א) די ארונים האבן פארלוירן און געריכט און די ארונים זענען געגאנגען אין בג"ץ בלי רשות בית דין, און ווידער פארלוירן, נאכדעם וואס זיי האבן פארלוירן האבן זיי געזאגט אז זיי זענען גרייט צו גיין לדין תורה, אבער נישט געשיקט קיין הזמנה, זיי האבן געוואלט נאר גיין צו בתי דין פון בני ברק, די הנהלה האט פארגעשאלגן זבל"א מיט דריי שלישים באמצע, א בית דין של חמש, די ארונים האבן דאס נישט געוואלט, זיי האבן נאר געוואלט א זבל"א מיט איין שליש און דוקא א שליש פון בני ברק, זיי האבן גענומען א בורר א ציוניסטיש געשטימטער קלויזענבארגער חסיד, ר' אברהם יעקב כהן, און דער בורר האט אפגעווארפן דריי פארשלאגן פון שלישים, פון חשובסטע בתי דינים אין די וועלט, בית דין עדה החרדית, בית דין מחזיקי הדת אנטווערפן, בית דין כדתיא לאנדאן, אויף די בקשה פון סאטמאר בית דין צום גאב"ד אז ער זאל אויסקלויבן די שלישים, און ח"ו נישט לאזן קיין רבנים וואס גיין צו בחירות, האט דער גאב"ד זיך אריינגעלייגט אין די ארבעט און משפיע געווען אויף די בני ברק'ער צו אפלאזן רא"י כהן און גענומען רי"ז גראז פון ניו יארק פאר זייער בורר, די הנהלה האט גענומען דעם טשאקעווע רב אלס זייער בורר, די צדדים האבן מסכים געווען אלס שלישים הגאון ר' מרדכי באב"ד און הגאון ר' אברהם ברוך ראזענבערג, אבער אויפן דריטן שליש האבן זי זיך נישט געקענט דורכקומען, די הנהלה האט געוואלט אז די צוויי שלישים זאלן אויסקלויבן א דריטן אבער די בני ברקער האבן געוואלט דוקא א בני ברק'ער וואס איז פון רב וואזנערס בית דין, דער סוף פסוק האט דער גאב"ד מציע געווען א דיין פון עדה החרדית הגאון ר' נפתלי פרענקל און ביידע צדדים האבן מסכים געווען, דער גאב"ד האט געבעטן הגר"נ פרענקל ער זאל מסכים זיין צו זיין דער דריטער שליש, און חפץ ה' בידו הצליח, און ווי עס קוקט אויס וועט זיך אנהויבן דער דין תורה בקרוב, אולי וועט דער ירושלים'ער רב יעצט מסכים זיין צו רעדן צו ר' אהרן ער זאל מסכים זיין זיך צושטעלן צו דין תורה איבער אלע סאטמארע קהלות ומוסודת און צולייגן אביסל טינט אויף די שטרי בירורין מיט זיין נאמען.....
תוקן על ידי המהדרין ב- 10/01/2010 17:56:42
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2010 02:33 |
|
| |
ווער וויל נישט דין תורה: מתוך דברי הגה"צ דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2688226&forum_id=20420
נעכטן איז פארגעקומען א דינער פאר מוסדות "יטב לב" בארה"ק אין מאנטרעאל, ווי עס איז געקומען צו פארן דער געטרייער מנהל המוסדות הרה"ח ר' מענדל וואלערשטיין הי"ו פון ירושלים, און די געטרייע חברי הנהלה פון ניו-יארק הרבני החסיד ר' בן ציון געלבמאן הי"ו, הרבני החסיד ר' מעכיל שלעזינגער הי"ו. די אהרונים האבן געמאכט כדרכם פאשקעווילן, בג"ץ, מסרבים לדין, און האבן געהעצט נישט געבן געלט פאר די מוסדות הק' אין ירושלים.
נעכטן ביים דינער ווי עס האבן אנטיילגענומען נכבדי הקהלה וחברי אנ"ש, אין שפיץ פונעם רב הגה"צ ר' דוד מייזליש שליט"א, האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש דער דיין הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער שליט"א, בתוך דבריו האט ער געלאזט הערן אז ער האט היינט גערעדט מיט כ"ק מרן גאב"ד ירושלים הגה"צ ר' יצחק טובי' ווייס שליט"א איבער דעם ענין, און דער ירושלימ'ער רב האט עם געזאגט, אז מ'שטייט פאר ראש השנה, און אזוי ווי מ'איז מוציא לעז אז מ'גייט אין ערכאות אין בני ברק, אין מ'וויל נישט גיין צו א דין תורה, וויל ער לאזן הערן אז די נתבעים הנהלת חברת קרית יואל (זאלוינים) גייען נישט אין ערכאות און זענען גרייט צו שטיין לדי"ת בכל עת ובכל שעה, און זיי האבן פארגעשלאגן בתי דינים כדת של תורה, און מ'טאר נישט מוציא לעז זיין אויף זיי, און זיי האבן אלעס געטאן עפ"י תורה, דאקעגן די צווייטע צד די תובעים קומען נישט צו דין תורה און זענען זיך מתחמק פון קיין ענטפער
תוקן על ידי נערמאלער ב- 10/01/2010 02:34:33
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2010 18:39 |
|
| |
איך האב געליינט וואס דער בני ברק'ער ניק האט געשריבן, און עס איז נישט ווערט אפילו צו לאכן
און די צייט וואס עס איז דא דאקומענטן וואס מאכט צונער זייער גאנצע גירסא
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2010 18:42 |
|
| |
אויסער דעס, וואס זונט דער סכסוך איז אנשטאנען האבן די אהרונים קיינמאל נישט דעם צווייטן צד אן הזמנה לדין, ביי קיין שום בי"ד שבעולם.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 00:04 |
|
| |
ר מרדי באב"ד איז גרויסער תלמיד חכם
אבער צו נעמען הרב אברהם ברוך ראזענבערג וואס איז אויך א גרויסער תלמיד חכם איז א טעות לכאורה
1 ווייל עס וועט זיך ענדיגען תת"פ 2 ווייל ער האט א שפראך מיט ר' זלמן גרויז וואס איז מיט אים א ידיד נפש אין ווייסט ווי אזוי ארויסצוברענגען א נקודה פונקט צו זיין אויער
יעדער ווייסט אז ר' זלמן גרויז איז אמאל געווען פון די בעסטע טוענים היינט איז ער שוין עלטער אבער איין מעלה האט ער, א שפראך צו האב אברהם ברוך ראזענבערג
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 00:35 |
|
| |
| נערמאלער כתב: |  | http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2688226&forum_id=20420
נעכטן איז פארגעקומען א דינער פאר מוסדות "יטב לב" בארה"ק אין מאנטרעאל, ווי עס איז געקומען צו פארן דער געטרייער מנהל המוסדות הרה"ח ר' מענדל וואלערשטיין הי"ו פון ירושלים, און די געטרייע חברי הנהלה פון ניו-יארק הרבני החסיד ר' בן ציון געלבמאן הי"ו, הרבני החסיד ר' מעכיל שלעזינגער הי"ו. די אהרונים האבן געמאכט כדרכם פאשקעווילן, בג"ץ, מסרבים לדין, און האבן געהעצט נישט געבן געלט פאר די מוסדות הק' אין ירושלים.
נעכטן ביים דינער ווי עס האבן אנטיילגענומען נכבדי הקהלה וחברי אנ"ש, אין שפיץ פונעם רב הגה"צ ר' דוד מייזליש שליט"א, האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש דער דיין הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער שליט"א, בתוך דבריו האט ער געלאזט הערן אז ער האט היינט גערעדט מיט כ"ק מרן גאב"ד ירושלים הגה"צ ר' יצחק טובי' ווייס שליט"א איבער דעם ענין, און דער ירושלימ'ער רב האט עם געזאגט, אז מ'שטייט פאר ראש השנה, און אזוי ווי מ'איז מוציא לעז אז מ'גייט אין ערכאות אין בני ברק, אין מ'וויל נישט גיין צו א דין תורה, וויל ער לאזן הערן אז די נתבעים הנהלת חברת קרית יואל (זאלוינים) גייען נישט אין ערכאות און זענען גרייט צו שטיין לדי"ת בכל עת ובכל שעה, און זיי האבן פארגעשלאגן בתי דינים כדת של תורה, און מ'טאר נישט מוציא לעז זיין אויף זיי, און זיי האבן אלעס געטאן עפ"י תורה, דאקעגן די צווייטע צד די תובעים קומען נישט צו דין תורה און זענען זיך מתחמק פון קיין ענטפער
תוקן על ידי נערמאלער ב- 10/01/2010 02:34:33 |
|
ווייסט איינער פארוואס מ'קען נישט באקומען די טעיפ פין יענע דרשה פין הרב טירנויער???? לו יהא אז הרב טירנויער האט עס ''אליין'' געזאגט, נו! כ'געדענק נאך ווען א עיקול ביים אים איז געווען יהרג ואל יעבר אין ער האט אין מאנטיראל מתיר געווען פשוט הליכה לערכעות.... מיט די תירוץ אז ס'איז נאר א עיקול.........
אגב, אסאך האבען דאן געזאגט אז, אפי' הרב טירנויער האט עס יא געזאגט איז ער פארט נישט קיין שקרן ווייל ער האט געמיינט ירושלימער רב 'ר' חיים הערש' וועלכע איז רב ביי מהרז''ל קהילה אין ירושלים,
סיי וויאזוי ס'נישט מעלה אדער מוריד, פאקטען קען קיינער נישט לייקענען אפי' ער וועט עס איבעקייען הידערט מאל -------------------------------------
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 00:38 |
|
| |
די פאקט איז אין ב''ב צד מהרז''ל האט איבערגשריבן די קארפ' פין שיכון קרית יואל אין ציגעלייגט אין ארויסגענומען מיטגלידער פין די בארד וואס איז געווען ביז דאן אין צד מהר''א האט אריינגעגבן א עירעיר דערויף ביי די רשם הח' פינקט ווי דאס אריינגעבן א נייע דיד ביי די דעפארטמענט אויף דיד'ס הייסט נישט קיין הליכה לערכעות אזוי אויך הייסט נישט די עירעור ביי די דאפארטמענט אויף דיד'ס נישט קיין הליכה לערעות, אויב יא, דאן ווער האט מתיר געווען פאר מהרז''ל אריינצוגעבן א עירעור בשנת תשס''א (נאך פאר מהר''א האט בכלל גערופן צו די''ת) קעגן די דעמאלטסדיגע ביה''ח דיד פין מהר''א? א עורעור עפנט נישט קיין קעיס, עס שטערט נאר די נייע בעה''ב צו טוהן מעשה בעה''ב אין זיין נייע לאט וכו', אין עס קען נאר ווערן אראפגענועמן ווען די נייער בעה''ב שטעלט קלאר זיינע הוכחה'ס ביי א ריכטער.
יעצט פארשטייט זיך אז מהר''א האט אריינגעבן א עורעור האבען זיי - מהר''א געקענט באקומען א פערמיט צו בויען די נייע דירות אין שיכון, אין דאן איז מהרז''ל אריין אין קארט קודם קעגן די שטאטראט פאר'ן געבן א פערמיט (וועלכע זענען אויך יודן שותמ''צ) אין דערנאך ווען די ריכטער האט געזאגט אז מ'קען נישט קלאגען די שטאט ווייל זיי מיזען נישט אנערקענען די פרישע בעלי בתים ספעציעל ווען ס'דא א עירעור, האט מהרז''ל'ס מענטשן אפיציעל געקלאגט די הנהלת המוסדות אויף די בעלות פין שיכון, וכדי בזיון וקצף ר''ל. וואס דאס האט געבערענגט דערצו אז אלע גדולי הדור פין בני ברק אינאיינעם מיט ירושלימער רב שליט''א זענען אזוי שארף ארויסגעקומען קעגן די צד מהרז''ל, ווי יעדער געדענקט. סיי וויאזוי כ'האף אז ס'איז אמת אז מ'וועט זיך שטלן לדי''ת, והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועכ''י
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 00:54 |
|
| |
דין תורה האט אפשר א שיינער ניק אבער א עם הארץ אין א שקרן איז ער א גרויסער
ער געדענקט נאך ווען הגרמ"מ האט געהאלטען אז א עיקול אז אזוי ווי ערכאות , אפשר קענסטו מיר זאגען ווען? סתם א שקר געבאקען אויפן פלאץ
דער רב גייט על פי תורה אין על פי תורה אין א עיקול מותר לכתחילה פארשטייט זיך נאר אויב אז מען וועט נישט מאכען קען מען פארלירען.
בענין הליכה לערעור אצל רשם החבורות האט שוין די עדה החרדית געשריבען א פסק הלכה ביי די צאנז קלוזענבורג - הרב בערל ווייס קעיס אז דאס הייסט יא ערכאות וואס סאטמאר האט געטון אין קרית יואל קעגען די אהורנים ביי די בית החיים איז א עיקול וואס איז מותר לכתחילה כדי להציל את העושק מיד עושקו.
נאר גיי לערן מיט א עם הארץ א נפקא מינה צווישען די זאכען
אזוי זעט מען אויס ווען מען האט נישט קיין רבנים אין מורי דרך
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 01:08 |
|
| |
[quote]דין תורה האט אפשר א שיינער ניק אבער א עם הארץ אין א שקרן איז ער א גרויסער פארוואס?
ער געדענקט נאך ווען הגרמ"מ האט געהאלטען אז א עיקול אז אזוי ווי ערכאות , אפשר קענסטו מיר זאגען ווען? סתם א שקר געבאקען אויפן פלאץ הרב טירנויער האט עס געזאגט ברבים כ''ו אב תשס''א אין סוואן לעיק ביי די יא''צ סעודה פין מהרזל''ס מענטשן נאכדעם וואס צד מהר''א האט אריינגעבן א עיקול - כ'געדענק נישט די לשון פינקטליך, ווער עס האט די דרשה זאל עס ביטע פאוסטן
דער רב גייט על פי תורה אין על פי תורה אין א עיקול מותר לכתחילה פארשטייט זיך נאר אויב אז מען וועט נישט מאכען קען מען פארלירען. זכר לך אתה אתמול אשר דברת
בענין הליכה לערעור אצל רשם החבורות האט שוין די עדה החרדית געשריבען א פסק הלכה ביי די צאנז קלוזענבורג - הרב בערל ווייס קעיס אז דאס הייסט יא ערכאות דאן פארוואס האבען אלע גדולי הרבנים פין ב''ב אינאיינעם מיט ירושלימער רב געשריבן אזא שארפע בריוו קעגן די תובעים - צד מהרז''ל????????????????????
וואס סאטמאר האט געטון אין קרית יואל קעגען די אהורנים ביי די בית החיים איז א עיקול וואס איז מותר לכתחילה כדי להציל את העושק מיד עושקו. אדער ביזטו נישט באקאנט אין די פאקטן אדער ביזטו סתם א שקרן א שמות תשס''א ווען צד מהר''א האט זיך צאמגענומען אין איבערגעשריבן די ביה''ח, האט צד מהרז''ל אריינגעבן דערנאך א עירעור דערויף, וואס אויף דעם איז געווען געבויט די ראזענוואסער קעיס, וואס איז דערנאך אפגעווארפען געווארען ביי די אפעלעט.
נאר גיי לערן מיט א עם הארץ א נפקא מינה צווישען די זאכען ....
אזוי זעט מען אויס ווען מען האט נישט קיין רבנים אין מורי דרך אזוי זעהט מען אויס וועט מ'טרעט אויף די תוה''ק אין מ'איז מסרב לדי''ת, מגייט אין ערעכות אזש ביזן ציוניסטישען ערכעות ר''ל מיט די גיטהייטונג פין די א''ג רבנים....
]
תוקן על ידי דיןתורה ב- 11/01/2010 01:08:49
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 01:42 |
|
| |
רוף צו ארונים:גייט ארויס פון טריפה'נעם בג''ץ, און שטעלט אייך צו די''ת וואס אונז שטעלן פאר דורכ'ן גאב''ד ירושלים!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 01:45 |
|
| |
אינטערסאנט ווער האט געמאכט די צעטיל?
|
|
|
|
|