| נשלח ב-11/1/2010 18:50 |
|
| |
יענקעלע11: געכאפט 2 קווינס בחורים באגנבענען הויזן
אין סאטמאר בית המדרש אויף 10טע עוועניו, איז דא א גוי א ארבייטער
וואס קומט יעדן טאג, ער גייט אריין אין בוילער רום, (דארט האט ער זיין לאקער)
טיט זיך איבער און הייבט אן צו ארבייטן, די פאריגע וואך דאנערשטיג, דער גוי ארבייט
כרגיל און האט באקומען א טיפ פון א מתפלל אפאר דאלאר, ער גייט אראפ צים בוילער
רום און וויל אריין לייגן די פאר דאלאר אין זיין בערזל, ער גיט א קיק און זעהט אז
דאס בערזל איז ליידיג, ער איז זיכער געווען אז ווען ער האט זיך איבער געטוהן
איז דארט געווען 200 דאלאר, דער גוי האט געמאכט א ויצעקו, ער שרייט געוואלד
אז ער האט דארט געהאט 200 דאלאר וואס ער האט זיך אפגעשפארט און אז עמעצער
האט דאס געגנבעט, דער גוי האט געשריגן און געטומעלט אז ער דארף דאס געלט
פאר רענט, און אויב האט ער דאס נישט האט ער נישט ווי צו שלאפן, דער שמש ר' חיים
הערש פאלאטשעק נ''י האט עהם געגעבן קודם א הונדערטער ער זאל זיך בארוהיגן ער זאל
קודם ווייטער ארבייטן און עהם פארשפראכן אז מען וועט חוקר ודורש זיין און געוואויר ווערן ווער דער
גנב איז געווען, מען איז געגאנגען איבער קיקן די סעקיוריטי מאניטער ווידיאו פון בית המדרש
זעהן צו מען זעהט דארט עפעס און צו מען קען געוואויר ווערן ווער דער גנב איז.
מורי ורבותי, שומי שמים, עס קומען צוויי קווינסער בחורים זיי גייען ארום פארקויפן א
ראפל פאר קרן חתנים דקווינס, מען האט זיי אויפגענומען בכבוד גדול, זיי נישט ארויס
געווארפן, מאנכע אידן האבן זיך אפילו באשטייערט און די דאזיגע צוויי בחורים גייען אראפ
און זיי האבן דרוכגעפירט די גניבה, פון ווי איך ווייס? וועט איר פרעגן! איך האב געזען א קאפי
פון דעם ווידיאו איך האב זייערע נעמען, מען זעט קלאר ווי איינער גיט אכט אז די גניבה זאל
געלינגען, און דער צווייטער גייט אריין אין בוילער רום אויף א צוויי מינוט און ער קומט
ארויס מיט די הענט אין וועסטיל טאש און גיט א שמייכל און זיי שפאצירן אוועק כאילו לא הי',
זאל דאס זיין א מודעה ואזהרה פאר די צוויי בחורים, מען וויל אייך נישט מבזה זיין,
און מען וויל נישט מבזה זיין אייער משפחה, מען דארף צוריק דאס געלט, און אויב ביז
3 טאג באקומט מען נישט צוריק דאס געלט גייט מען שיקן דעם ווידיאו פאר די הנהלה
פון די קווינסער ישיבה און נאכער וועט מען טוהן וואס מען דארף צוטוהן, פון דעם קען יעדער זעהן
וואס פאר א פיינע בחורים עס לערנען אין קווינס,
עכ"ל פון יענקעלע11,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 19:14 |
|
| |
גייט דאס זיין די ערשטע ספין באשריבן דורך פארמעגלך, ביי די נעקסטע בריוו, יא אמת נישט אמת, כך ענשו של בדאין, עטץ זענט אויף גארנישט באגלייבט,
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 19:30 |
|
| |
בחורים גיבט אכטונג, א סיגארער אין די געגנט פון א אהרוינישער שול קען אייך קאסטן $200
די גאנצע אשכול איז סתם א פראוו צו עקסטארשענען געלט!
סך הכל איז א בחור אריין אין בוילער רום כאפן א ציגארעטל, דער צווייטער האט נישט געוואלט זיין רעקל זאל כאפן א גרוך האט ער געווארט אינדרויסן... והנה די בעקערס האבן א פרישע מעשה...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 19:40 |
|
| |
נפל, קווינס בחורים רייכערן?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 20:08 |
|
| |
אין א ישיבה פון 800 בחורים מאכט זיך אלעמאל אפאר יוצאי מן הכלל
געב א קוק, אין מאנרא איז דא 500 און מען רייכערט אין גרויסן
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 20:22 |
|
| |
דיינע ציפערן אין די זייט געלייגט, אויב אזוי, ווי ביסטו אזוי זיכער אז די מעשה איז נישט אמת?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 21:38 |
|
| |
איך גיי נישט זאגן פון ווי איך ווייס.
אזוי פיל קען איך דיר יא זאגן יענקעלע\יונה איז מוחזק שקרן (אגב, ער האט פריער אליינס מודה געווען אז זיינע מעשיות זענען 'הייד פארק שקרים')
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 23:05 |
|
| |
לאמיר דא מאכן א וואט, ווער האלט אז מע זאל ארויף לייגן זייער פיקשעס אויף היידפארק אין ווער האלט אז ניין, נייפעלע וואס האלט אז די מעשה איז ליגענט וועט זיכער וואטען אז יא, סא אלע וואס האלטן אז סאיז שקר זאל וואטן אז מע זאל עס ארויף לייגן, במילא וועט מען נישט האבן קאן טענות צי די אהרונים, דע שענסטע פארט פין נייפעלעס תגיבה איז אז יענקעלע/יונה זענען מוחזק פאר שקרנים, גראדע האבן זיי א גיטן טרעק רעקארד, אין מיט וואס איז נייפעלע מוחזק?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 23:10 |
|
| |
אזוי ווי מיר זענן נישט קיין ארונים, וועלן מיר נישט ווויטען ווען עס האנדלט זיך ספק ספיקא פון אידיש בלוט, אמת נצחון איז זיס, אבער אידיש בלוט איז נישט,
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 23:12 |
|
| |
בפרט ווען עס האנדלט זיך און מענטשן וואס פאברעצירן וואס עס גליסט זיך זיי,
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 23:14 |
|
| |
סא האבן מיר איינער וואס האלט אז סקען יא זיין אמת! ווייל נייפעלע שראבט אז סאיז זיכער ליגענט.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 23:23 |
|
| |
זאגען אויף זיכער אז עס איז יא אמת אדער נישט ווען מען האט דאס נישט געזען, דארף מען זיין אן ארויני, נאר אז דער ארוני זאגט עס האט ער נישט קיין נאמנות דערויף,
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2010 00:15 |
|
| |
נו דאס איז די כוונה פינעם וואט, דע אהרונים גלייבן דאס אפילו זיי האבן דאס נישט גיזען, ווייל זיי ווייסן אז די קווינסער זענען עלול אויף דעם, אבער די זאליס גלייבן דאס נישט איז אפשר א פלאן דאס ארויף צי לייגן די זאליס זאלן אויך גלייבן, איך בין זיכער אז נייפעלע איז מסכים מיט מיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2010 00:38 |
|
| |
מסכים אויף וואס?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2010 00:57 |
|
| |
מען מעג זיך אפלערנען פון די קרית יואלע אידן שכנים פון קרית יואלער ישיבה וואס זיי ווערן לעצטנס שטארק געפלאגט פון קאר גניבות אינמיטן די נאכט, וואס מערערע אפגעבריהטע פארציילן דאס פאר יעדן
אזש דער פאבליק סעיפטי האט שוין אויך גענומען שריט דערוועגן און איך האב נאכנישט געזעהן דא קיין איין ווארט דערוועגן
מען דארף לאזן די מנהלים פון ישיבה זיך ספראווען מיט זייערע צרה לייט נישט נוצן דעם אינטערנעט דערפאר
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2010 01:23 |
|
| |
תוקן על ידי rebyankel ב- 12/01/2010 01:24:38
|
|
|
|
|