קרעדיט יענקעלע!
את חטאי הנני מזכיר היום, און אזוי ווי איך בין דאך מתלמידיו של אהרן, וואס איז שטענדיג א איש אמת, ודובר אמת, גיי איך דא מודה זיין אז איך האב נעכטן געהאט א גאר שווערן טאג, די קאטשקע מודעה פונעם בית השחיטה וואס איז נעכטן ארויס געקומען, האט מיר געהויבן מיין בלוט דרוק אפ נארמאל הויעך, איך האב עובר געווען און געווען א מהרהר אחרי רבו, יא, איך בין מודה ומתוודה, ס'האט מיך גאר שטארק פארדראסן, היתכן, אויב שרייט מען אז אלעס איז כשר וישר, און אז דאס איז נאר א גרופע פון מסיתים ומדיחים וואס קומען יעדן מאנטיג און דאנערשטיג מיט נייע שערוריות, נו, וואס מאכט מען זיך פון זיי צוטוהן?, פאר די מהרסים וואס א הכשר ממליחה ואילך (אדער בעסער געזאגט ממלוכה ואילך ווייל אויב שטארקט דאס זייער מלוכה'לע) איז אלעס כשר וישר, למשל, ווען עס איז דא א צומות הגידין פראבלעם איז דאס לויט זיי דייקא נאר אין דעם בית השחיטה המהודרת, פשוט, ווייל דארט איז מען דאך בודק און מען איז מהדר אז אלעס זאל זיין 100% בתכלית הכשרות, אבער ביי די ממליחה ואילך באנדיטן איז דא א פשוטע עצה, מען מאכט זיך צו די אויגן, מען זיכט נישט, במילא טרעפט מען נישט, און אז מען טרעפט נישט איז עס דאך כשר וישר, במילא האט מיך שטארק פארדראסן אז מיר זענען אריין געפאלן אין זייער נעץ, אקוראט דאס האבן דאך די באנדיטן געוואלט, אז מיר זאלן מהדר זיין און טוהן א פעולה וואס זאל כאטשיג אויסקוקן ווי א הודאה במקצת, און זיי וועלן קלעימען וויקטארי, זיי וועלן ווייטער עסן די צווייפעלהאפטיגע פליישן, אזעלעכע פליישן ואס קיין שום ערליכער איד וויל נישט אין מויל נעמען, און טאקע נאר די חברה אשר כרעו לבעל, נאר זיי עסן און זענען גאר מהדר דאס צו עסן, און נישט נאר זענען זיי מהדר, נאר זיי פראבירן מיט אלע געוואלדעס צו צווינגען דעם עולם אז מען מעג און מען מיז נאר דאס עסן, און פאר די באנדיטן האבן מיר זיך געבויגן?, פאר די קלים ורקים וואס דער אמת איז ביי אינגאנצן נישט קיין ארטיקל, זיי זענען דא נאר משמיץ זיין דעם רבן של ישראל און דעם גרעסטן גודר גדר ועומד בפרץ, די חברה פראבירט מען צו געפעלן? ניין! ס'האט מיר זייער שטארק וויי געטוהן.
אבער דאס האט אנגעהאלטן ביז פארנאכט צו מנחה און מעריב, ווי איך טרעף מיך כסדר מיט א רב, וואס איז היינט שוין בגדר רבי מיט תלמידים וחסידים, א שטארק איינגעזענער רב, סיי בעולם הרבנות און סיי בעולם הכשרות, און איך האב מיט דעם רב זייער נאנטער באציהונגען, איך טרעף מיך מיט דעם רב און רעד זיך אויס דאס הארץ, איך פרעג עם ווי האט דאס געקענט פאסירן אז מיר זאלן אזוי אריין שפילן אין די הענט פון די שונאים, איך פארשטיי נישט, -זאג איך עהם- מען זאגט אז אלעס איז כשר וישר, און מען נוצט נאר מסורת'דיגע קאטשקעס, די שוחטים און די בעלי משגיחים זאגן קלאר אז אלעס איז זיכער על צד היותר טוב, און דא אויפאיינמאל א הצהרה פונעם בית השחיטה אז מען רופט צוריק די קאטשקע פליישן, וועמען וויל מען געפעלן? פרעג איך דעם רב, די קלים ורקים? זיי וועלן דאך קיינמאל נישט צופרידן זיין, זיי זענען נישט דא מקבל צו זיין דעם אמת, זיי זענען דא נאר מערער זיין אויף אונזער בית השחיטה ולהבאיש ריחו של רבינו שליט''א, און פאר זיי וויל מען געפעלן? פרעג איך דעם רב, ס'איז זיכער געווען א איבער געאיילטער שריט, און מען האט דאס נישט איבער געטראכט, און נאר אזוי איז מען פשוט אריין געפאלן אין אזא פאסקע פון די שונאים, זאך איך עהם מיט אזא דערביטערקייט.
דער רב הערט מיך אויס און הייבט אן צו לאכן, וואס האט נאר געהויבן מיין כעס, און איך פרעג עהם, וואס לאכט איר? בין איך דען נישט גערעכט? פרעג איך עהם מיט א קענטיגן צארן, זאגט מיר דער רב ח''ו, איך לאך נישט פון אייך, איך טראכט נאר ביי מיר, אז עולם הפוך ראיתי, געווענדליך, ווען איך האב עפעס פראגן אין דעם סאטמאר'ן פאליטיק, ווארט איך שוין קוים אויף מנחה מעריב, ווי מיר טרעפן זיך כסדר, איך לייג פאר פאר אייך מיינע פראגן, און איר ענטפערט מיר מיט אזא שכל הישר, בטוב טעם ודעת, אזוי אז אלע מיינע פראגן ווערט פארשווינדן, און אצינד, אזא דבר פשוט, און איר מאכט אייך אומזיסטיגע שברי לב און עגמת נפש, אומזיסטיגע עגמת נפש? שריי איך אויס, א בלינדער קען דאס זעהן, און איר זאגט אומזיסטיגע?, בארוהיגט אייך ר' יאנקעלע זאגט דער רב, איך וועל אייך דאס מסביר זיין וועט איר דאס פארשטיין זייער קלאר, וועט איר זעהן אז דאס זענען דברים פשוטים מאוד.
קודם א פראגע, זאגט מיר ר' יאנקעלע, ואס איז דער יחוס מיט אייערע שחיטות?, וואס הייסט וואס איז דער יחוס? מיר האבן שחיטה מונחת! מיר האבן טריקענע בדיקות! און נאך הידורים, זעהסט ר' יאנקעלע זאגט דער רב מיט א ניצחון, די אלע הידורים זענען טאקע הידורים אבער דער גרעסטער הידור ביי די שחיטות איז רבי אהרן טייטלבוים שליט''א, דאס אז אייער רבי איז עומד בראש די שחיטות המהודרות איז דער גרעסטער הידור, פארשטייסט נישט, הא?, איך וועל דיר דאס מסביר זיין, דו קיקסט אן די גאנצע פרשה פון די קאטשקע שערורי' מיט דיינע דעת בעל הבית אויגן, די ווילסט וויסן וואס דער גייט זאגן און וואס יענער גייט זאגן, און דו וואלסט געוואלט אז דיין רבי זאל לויט דעם מאכן זיינע החלטות, יונגערמאן! דו קענסט נישט דיין רבי, דיין רבי'נס הערצה ואהדה איז געשטיגן ביי יעדן פיל פאכיג זייט די נעכטיגע דעקלעראציע פון דעם בית השחיטה, און ווען איך זאג ביי יעדן, מיין איך נישט די שונאי סאטמאר, ווייל זיי וועט מען קיינמאל נישט צופרידן שטעלן, יעדן, מיין איך דעם עולם התורה און די בעלי מכשירים, זיי זענען כולם כאחד מלאים בשבח פון דיין רבי, זיי רעדן בשבחו מיט התפעלות עצומה, יעדער פארשטייט אז זיינע נגיעות וואלטן פארלאנגט אז ער זאל זיך אויס לאכן פון זיי, ער זאל אוועק מאכן דעם פראבלעם און יעדער בלי שום יוצא מן הכלל וואלט דאס אנגענומען, אבער להגיד שבחו של אהרן, ביי עהם איז זיין פרעסטיטש אינגאנצן נישט מאסגעבענד, זיין כבוד המדומה אינטרעסירט עהם נישט, ער האט איין זאך פאר זיך, הידור הידור און הידור, און ביי עהם 100% הידור מיינט 100% הידור, נישט 95%, נישט 99%, און אפילו נישט 99.99%, הונדערט פראצענט מיינט קלאר און דייטלעך גאנצע הונדערט פראצענט, נישט ווייניגער מיט אפילו כקוצו של יוד, און דאס איז דער גדלות פון דיין רבי, און דאס איז דער הידור פון אייערע בית השחיטות, יעדער ערליכער רב, יעדער ערליכער בעל מכשיר ווייסט אז ווען דיין רבי זאגט אז דאס פלייש איז 100% מהודר קען מען זיך אויף עהם פארלאזן גאנצע 100%, און נאך אלע חקירות ודרישות ווען דער ענטגילטיגער פסק וועט זיין, אז מיר האבן חוקר ודורש געווען, מיר זענען אריבער אלע פרטים, און מיר זענען איבערגעצייגט אז מען קען דאס עסן מיט א רוהיגן געוויסן, וועט יעדער, וויסן אז דאס איז כשר בתכלית הכשרות אויף גאנצע הונדערט פראצענט ויאכלו ענווים וישבעו.
וואס זאל איך אייך זאגן רבותי?, כמים קרים על נפש עייפה, דברים של טעם גאנצע 100%, נאך א שטיקל התבוננות זעה איך ווי דער רב איז אזוי שטארק גערעכט, און איך האב דאס אנגעקיקט מיט אזא בלינד אויג, אוי, ס'פאסט נישט, די זאליס וועלן ארויף שפרינגען אויף דעם, זיי וועלן זיך קלאפן אויפן בויך, און שרייען איי טאלד יו סא!!!, און מיר זאגן זיי צוריק, הא קערס? וואס איר האלט, לויט אייער מהלך, ווען איר שרייט כסדר אז די פליישן פון רבינו שליט''א איז חזיר טריפה, די ווייץ פון רבינו שליט''א איז חמץ גמור, וואלטן מיר ערוארט פון אייך, לויט וואס פאר א גרויסע עזות פנימער איר זענט, אז אצינד ווען רבינו שליט''א האט מחליט געווען צוריק צוריפן די קאטשקע פליישן, וואלטן מיר פון אייך ערווארט צו לויפן מיט איין אטעם צו אונזער פלייש געשעפטן, אפקויפן אלע קאטשקע פליישן, און דאס אויף פרעסן על אפו וחמתו, נאר צוטוהן להיפוך פון זיין דעת תורה, אלזא אייער מיינונג איז קיין מיינונג, איר קענט אייך ווייטער אן עסן מיט מליחה ואילך פלייש, מיר שרייען אויס בקול אדיר וחזק, אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו, אלה בפיקטשערס ואלה בקללות, אלה בזלזול, ואלה בהרמת יד בתורת משה ואנחנו בשם אלקינו נזכיר, המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד.
 |
|
|