די פירמע ביי וועלכן הגאון ר' יצחק שטיין שליט"א האט געגעבן די השגחה, האט באשטעלט א טרעילאר ביליגע קאטשקעס פון זעלבן פארעם ווי קרית יואל, פאר די זעלבע ביליגע פרייז, אבער זיי האבן נישט געהאט קיין אנונג אז דא האנדלט זיך פון עופות טמאים, נאר פון עופות "מהודרות".
ווען ס'איז אנגעקומען, האט מען געכאפט דעם טעות,
ווען מען האט מודיע געווען פאר קרית יואל פון דעם פראבלעם האבן זיי קודם געלייקנט, און באשולדיגט ר' יצחק שטיין אלס שונא. און מען האט געטריבן פון אים ליצנות אויפן העכסטן פארנעם.
שפעטער האבן זיי שוין יא מודה געווען, און געהייסן צוריקברענגען אין געשעפט די קאטשקע פלייש, איז דאס אויך געווען מיט גאנצע ספינס, אז דער פארמער איז שולדיג, יעדער נאר נישט זיי.
דאס ווייזט אז זיי האבן נישט קיין נאמנות, אין פאל מען כאפט זיי מיט א מכשול, איז זייער ערשטע ארבעט נישט צו ווארענען די קאסטומערס מען זאל נישט עסן די טריפה פלייש, נאר זיכער צו מאכן אז די פארטיי ווערט נישט פארשעמט.
מעג מען זיך אויף זיי פארלאזן?