בית פורומים אידישע געדאנק

א מכשול טריפות מעג מען מעביר זיין!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/2/2010 05:26 לינק ישיר 
א מכשול טריפות מעג מען מעביר זיין!

א איד א תלמיד חכם האט מיר היינט געזאגט, אז עס ווערט געברענגט אין תשובה ספרים, אז טאמער איינער האט מכשיל געווען אידן מיט טריפות, מעג מען אים מעביר זיין פון זיין פאסטן.


לייידער ליידער האבן די קרית יואל פירער בשאט נפש מכשיל געווען דעם ציבור מיט עופות טמאים,
שוין נאכדעם וואס זיי האבן געוואוסט אז עס האנדלט זיך פון מאסקאווי קאטשקעס, האט מען דאס געלייקנט
און נאך געטריבן ליצנות פון די רבנים המעוררים!
די שוחטים האבן פאלש עדות געזאגט אז ס'איז געווען פעקין!
דער אפיעציעלע ארגאן פון די קהלה "דער בלאט",  האט סתם געטריבן ליצנות, און געלייקנט אז ס'איז דא די מידענסטע חשש.
מען האט דאס ווייטער פארקויפט אויף די פאליצעס פון די אהרונישע בוטשערס.
די בית השחיטה, האט ארויסגעגעבן א פארנארונגס צעטל כאילו מען רעדט פון א מינדערוויכטיגע שאלה פון א ספק ספק ספיקא, און צוליב גרויס חומרות זאל מען זיך ליתר שאר אפהאלטן פון עסן די קאטשקעס.
וואס דאס איז געווען א עקסטערע מכשול און גניבות דעת, אז מענטשן האבן געטראכט "איך מוז דאך נישט זיין אזוי פרום".
און דאס האט במציאות גורם געווען אז מענטשן זאלן ווייטער נכשל ווערן!

לאור זאת איז קלאר, אז אפילו ווען די אלע מענטשן וואלטן געהאט געהעריגע ערוועלטע פאזיציע אין די שטאט,
וואלט מען זיי יעצט געדארפט מעביר זיין פון זייערע אמטן פאר'ן מכשיל זיין דעם ציבור מיט עופות טמאות.







דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2010 05:42 לינק ישיר 


(1) רמב"ם יד החזקה - הלכות מאכלות אסורות פרק ח 
(ט) טבח הנאמן למכור בשר ונמצא בשר נבלה או בשר טריפה יוצא מתחת ידו מחזיר את הדמים לבעלים
ומשמתין אותו ומעבירין אותו ואין לו תקנה לעולם ליקח ממנו בשר עד שילך למקום שאין מכירין אותו ויחזיר אבדה בדבר חשוב או ישחוט לעצמו ויוציא טרפה לעצמו בממון חשוב שודאי עשה תשובה בלא הערמה:



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2010 05:44 לינק ישיר 


(10) שו"ע חושן משפט סימן לד 
טבח שיצתה נבילה או טריפה מתחת ידו פסול לעדות!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2010 05:57 לינק ישיר 

עס איז וויכטיג ארויסצוברענגען נאך א זאך וואס ווערט געברענגט אין תשובה ספרים.


אז די אלע וואס האבן געגעסן די טמא'נע קאטשקעס ביז דאנעשטאג ויחי, ווען ס'איז נישט געווען קיין שום הוי אמינא אז ס'איז עופות טמאים, קענען ווערן פאררעכנט פאר אונסים!

אבער די וואס האבן ווייטער געגעסן נאכדעם וואס זיי האבן שוין געהערט אז ס'איז דא א חשש, נאר זיי האבן זיך פארלאזט אויפן בלאט, אדער אויף די פארעווע צעטל פון בית השחיטה, די אלע דארפן האבן א כפרה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > א מכשול טריפות מעג מען מעביר זיין!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext