פסק דין מגדולי הדור הקודם אודות סידור קידושין שע"י רב קהל הנעאלאגן
היות ווי אין קרית יואל ניו יארק האבן עהרליכע אידן מקיים פסק געווען פון די גאוני וצדיקי הדור הקודם תלמידי מרן החתם סופר זי"ע להתבדל ולפרוש מעל אהלי האנשים הרשעים וואס האבן אפגעלאכט פון די תורה, פון די נעאלאגן און פון די שטאטוס קווא כאטש זיי האבן געהאט גדולי תורה מען האט געמאכט אייגענע קהילות שחיטה מקוואות שולן תלמוד תורה'ס וכו' און מען האט געאסרט זייער שחיטה און קידושין און קיינעם איז נישט איינגעפאלן אז דער רב פון די נעאלאגן אדער שטאטוס קווא איז דער מרא דאתרא וויבאלד יענער געוועלטיגט שלא על פי תורה, דאס זעלבע האט מען געטון אין קרית יואל מען האט זיך גענצליך אפגעטיילט פון די נעאלאגישע קהילה אן געמאכט אן אייגענע שחיטה מקוה בתי כנסיות ובתי מדרשות רבנים דיינים בית דין בית החיים טהרה שטיבל תלמוד תורה ישיבה וכו' ברענגען מיר דא קאפיעס פון דעם חשוב'ן ספר זכור ימות עולם פון הר"ר בן ציון יאקאבאוויטש הי"ו עטליכע בלעטער איבער דעם ענין
(אין א צווייטע געלעגנהייט דעת קדשו פון מרן רבינו זי"ע איבער דעם ענין, און איבער דעם סילוף פון די נעאלאגישע קהילה אין קרית יואל)
אינטערעסאנט איז נאר, אז אין רוב פעלער איז טאקע דער בית החיים געבליבן ביי די רעפארמער, אין די שטאט אוהעל ליגט דער הייליגער ישמח משה אין דעם נעאלאגישן בית עלמין, ועיין בספר זכור ימות עולם באריכות גדול
אויך אין קרית יואל ליגט רבינו הקדוש זי"ע (דערווייל) ביי די רעפארמער ביי די נעאלאגן
תוקן על ידי זבח_אהרן ב- 01/02/2010 21:22:29
נשלח ב-1/2/2010 22:06
א תשובה (סימן כ"ו) פון הרב טענענבוים (!) אז מען זאל מאכן סידור קידושין אפילו דער חתן עקש'נט זיך איין אז ער וויל נישט אנטון קיין קיטל ווייל דער נעאלאגישער רב קען נאך אנקומען ("יביאו את הידוע") און דאס איז פיהל ערגער
מען קען זיך פארשטעלן אז א חתן וואס האט נישט געוואלט נטון קיין קיטל איז געווען גאנץ נאנט מיט די נעאלאגן אבער צוליב א סיבה האט ער דאך נישט געוואלט אז דער נעאלאגישער רב זאל זיין דער מסדר קידושין. די פרטים שטייט נישט אבער אפשר וועט הה"ג הרב טענענבוים חבר הביד"צ קהל ארטאדאקסן דקרית יואל וויסן מער פרטים?
נשלח ב-2/2/2010 23:00
ענליכס האט זיך אפגעשפילט אין ירושלים עיר הקודש ווען די פרייע ציונים האבן געברענגט קוק און איהם געמאכט פאר רב הראשי ער זאל שטיין אין שפיץ פון די "צענטראלע קהילה" און איהר רבנות הראשות (ס'איז נאך געווען דארט אזעלכע גאונים ווי הגאון הגדול בעל פלוני שליט"א) דאן האבן אלע גדולי הדור געהייסן מיט א חוב קדוש זיך צו אפטיילן פון די פרייע קהילה און גרינדן א פולשטענדיג אייגענע קהילה שחיטה מצה בעקעריי מוסדות התורה חברה קדישא ("בית החיים" איז נישט שייך אין ירושלים) און אליין איינקאסירן קהילה שטייערן ולית דחש צו דעם "מרא דאתרא" קוק ובית דינו הרבנים הגאונים (עס זענען געווען - און זענען נאך היינט דא אין דעם טריפה'נעם רבנות - לייבן גאונים אדירים בתורה וביראה) נישט צו דעם מרא דאתרא'שאפט נישט צו זייערע חרמות שמתות קללות און אזהרות אויך נישט צו זייער שרעקליכע טעראר ווי עס ווערט דערציילט באריכות אין ספר מרא דארעא ישראל בעיקר אין צווייטן באנד דער קרן לדוד האט געשריבן אין א בריוו קידושיו פסולים והוראתו אסורה מיטן מרא דאתרא'שאפט אינאיינעם און אינאיינעם וואס א גרויסער פוילישער רבי פון צענדליגער טויזנטער חסידים האט איהם געשטיצט און ער איז פאקטיש געבליבן אויסגעשפיגן פוי
א טיילונג איז א טיילונג
ויפה דרש ר' יחזקאל גאלד שליט"א ביים מעמד הוצאת ספר תורה, "ס'איז שוין געווען א קוק ימח שמו וואס האט געזאגט שובבי"ם תורה"
נשלח ב-2/2/2010 23:39
אויב געדענק איך גוט איז דער ב"מ געווען רב אין קהל יראים דזענטא (אדער קהל חסידים) דאס הייסט אין די ארטאדאקסישטע קהילה וואס האט זיך אפגעטיילט פון דעם נעאלאגישן מרא דאתרא, לויט דעם נעאלאגישן רב הראשי פון קרית יואל קומט אויס אז דער ב"מ איז מוחרם בחרם הקדמונים ווייל ער האט מסדר קידושין געווען אין זענטא שלא ברשות המרא דאתרא און מען איז מחוייב לעשות הבדלה והפרשה מהאנשים הרשעים במעשים מכוערים כאלה ולא יצטרפו לשום דבר שבקדושה (אזוי ווי מאנכע האבן טאקע געטון)
(אין דברי יואל אנהייב פרשת כי תשא איז געדרוקט א דרשה וואס דער רבי זי"ע האט געזאגט אין "קהל יראים" דזענטא)
ווער עס וויל קען קוקן אין די רויטע ביכער "משה רויעך" פון דעם דורש דרשות של דופי הבל ורעות רוח קודש וחול באים כאחד המכונה זכור ימות עולם אשר הפך הטעלער על פיה ווי ער רעדט פון דעם זענטער רבנות אפשר ברענגט ער א דאקומענט אויף אנדערש, דאס קען ער דערווייל נישט פעלשן
נשלח ב-3/2/2010 22:21
חלק שני: סילוף דברי קדשו של רבינו הקדוש זי"ע
רבינו זי"ע ווער ער איז מעתיק דעם כנסת יחזקאל איז ער איז מעתיק מיט צוויי תנאים וואס די קהל נעאלאגן דקרית יואל וויל נישט מעתיק זיין. א. דער רב מוז זיין אזא אינער וואס "הרב המקובל מפי טובי העיר", און דער רב הראשי איז נישט אויפגענומען געווארן דורך די טובי העיר, אלע טובי העיר זענען שטענדיג געווען זיינע געגנער עד עצם היום הזה. ב. "מי שנבחר לרב או מו"ץ בקהלתו או מדינה או גליל" איז פולשטענדיג בארעכטיגט צו מסדר קידושין זיין.
היות ווי דער רב הראשי איז קיינמאל נישט אויפגענומען דורך די טובי העיר (דער ב"מ הייסט נישט טובי העיר) איז ער נאך ווייניגער ווערט ווי דער רב מטעם ביי די נעאלאגישע קהילה איז די קהילות אוין אונגארן, ולא עוד אלא, הרה"צ משארמאש שליט"א איז "נבחר לרב או מו"ץ בקהילתו", ווייל ווי געזאגט איז אין קרית יואל געווען א טיילונג, איין נעאלאגישע קהילה און צוויי (אדער מערערע) ארטאדאקסישע קהילות, אין שפיץ פון די נעאלאגישע קהילה איז דא א רב הראשי (וגם רבי יתקרי) מטעם, וואס האט נישט קיין דין מרא און נישט קיין דין אתרא, און אין די אנדערע קהילות איז דער הרב המסדר א געהעריגער רב שנבחר אהן די מינדעסטע קעגנערשאפט.
ממילא איז דער בריוו פון רבינו הקדוש זי"ע גענצליך נישט רעלעוואנט ביי די סידור קידושין פרשה בעיר וואודבערי ניו יארק, און ווער עס באנוצט זיך יא דערמיט איז א מגלה פנים בתורה א מכניס זבל בשדה רבינו זי"ע און א מהפך הטעלער על פיה און א מסלף דברי חכמים און א מלגלג על דברי רבינו הקדוש זי"ע.
נשלח ב-3/2/2010 22:29
עס איז שוין עטליכע מאל געשריבן געווארן אז אינדערהיים איז איבערלא געווען אז די קהילות וואס האבן זיך אפגעטיילט און געהאט א עקסטערע רב האבן קיינמאל נישט גענומען פאר מסדר קידושין די רב פון די אנדערע קהילה
אויב יא דארף אהרן רופן די אפיציעלע ראביי אויף מאנראו (עס איז דא אזא איינער אין די סיניגאג - טעמפל אין טאון אויף מאנראו) און ער האט נישט קיין רעכט צו זיין מסדר קידושין אן אים, זיין רבנות איז שוין עלטער ווי אהרן'ס
נשלח ב-3/2/2010 22:51
אלזא האט איר די נעמען פון וועם ר"א דארף לשטתו אנריפן פרעגן רשות צי ער מעג מסדר זיין קדישין
כ"ק הגה"ק ראביי רפאל אדלער גאב"ד ד'וואָאָדבורי נ.י. הנקרא קאָנסערוואַטיווע ראביי אפ וואָאָדבורי
האסט אויסגעלאזט דעם חשוב'סטן רב אין מאנרא, א בוזעם פריינט פארן נעאלאגישן רב נאך פון פאלם ספרינגס, ה"ה הגה"ק רבי פסח בורסטאן שליט"א רב דקהל ליובאוויטש אוו מאנרא