סידור קידושין קר"י: ירושלימ'ער רב וויל נישט שרייבן בריוו
מיט צווי וואכן צוריק האט הרב מענדל טייטלבוים אב"ד הופער וויליאמסבורג זיך געפונען און ארץ ישראל, און האט באזוכט דעם ירושלימ'ער רב, און האט מיט עם גערעדט איבער די פירצה פון א צווייטער רב וואס וויל מסדר קידושין זיין באתרא דכבוד מר אביו, און האט עם געבעטן א בריוו צו מחזק זיין דעם איסור אויף די בני יואל (זיך מצטרף זיין צו דעם אלטן בריוו) און מחזק זיין כבוד מרא דאתרא.
דער ירושלימ'ער רב איז געזעצן מיט צוזאמענגעלייגטע הענט, און האט אלעס געהערט, אבער ער האט עם נישט גענטפערט איבער דעם ענין, און למעשה האט ער זיףך אנטזאגט צו שרייבן דעם בריוו.
בצר להם האבן זיי זיך געוואנדן צום ראב"ד הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך שליט"א, אין ווי די אהרונים מעלדן גייט מען היינט נאכט ביים גענעראל פארזאמלונג זייערע, הערן דעתו תורתו פון העדה החרדית ראב"ד אין ירושלים.
האסט נישט גוט געהערט. די גאנצע עדה החרדית גייט זיצן צוזאמען, און דער גאב"ד הרב ווייס גייט איבערגעבן ווערטער בשם די גאנצע בית דין. דער גאב"ד וויל מאכן א רעוואלוציע אז מארגנשטערן און הירש און האכהייזער זענען אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, אבער דוד עקשטיין וויל נישט ער זאל רעדן אזוי שארף, דערווייל הייסט עס אז ר' דוד סאלאוויטשיק איז אויפ'ן גאב"ד'ס זייט און ער וועט יא רעדן שארף, אחוץ אויב הרב פרענקל וועט פארלאנגען צו זיין מער מעסיג. ווייטערדיגע באריכטן וועט ווערן נאכגעפאלגט דורך סייבאריט.
נשלח ב-7/2/2010 20:17
איך פארשטיי נישט די גאנצע איבערקערעניש מיט די סידר קדישין די גאנצע זאך אויף וואס מען קריגט זיך ארום איז ווי ווייט די גלילות גייט! איז דאך דא א פשוטע וועג וואזו אויס צי געפינען ביז ווי די גלילות גייט! מען זאל נעמען איינע פין די טרפהנע קאטשקעס אין עס ארויס נעמען פין די קעדזש..אין זען ביז ווי עס פליט.. וועט מען וויסען ביז ווי די גלילות גייט אין שוין שלום אל ישראל
נשלח ב-7/2/2010 21:32
איך האב פאר דיר שטארקע נייעס: אב"ד סאטמאר שליט"א איז בכלל נישט געווען ביי א באזוך ביים ירושלימער רב שליט"א
נשלח ב-7/2/2010 21:40
איך האב פאר דיר שטארקע נייעס: אב"ד שארמאש שליט"א איז בכלל נישט געווען מסדר קידושין
נשלח ב-7/2/2010 22:49
אויב שטערנבוך וועט רעדין אקעגען בני יואל וועט מען עם ריפען צי דין תורה אורח מישור זיי נעמען גערען אן אין דאס זעלבע וועט מען טון מיט בערקאוויטש אין לייכטאג
נשלח ב-7/2/2010 22:51
moishe12 כתב:
אויב שטערנבוך וועט רעדין אקעגען בני יואל וועט מען עם ריפען צי דין תורה
אורח מישור זיי נעמען גערען אן
אין דאס זעלבע וועט מען טון מיט בערקאוויטש אין לייכטאג
וואס האסטו מיט די ליצים אורח מישור ביסטו אויך א חבר הבד"צ אדער גאר די מזכיר אליין?
דארף אויף קיין האר אנדערש נישט זיין ווען ס'פארקערט, ווען א ווילד פרעמדער רב גייט איינטיילן א צווייטן רב אן זיך נעמען די מי אין אנפרעגן דעם ארטיגן רב, דער ברך משה.
נשלח ב-8/2/2010 00:42
אויב דו גייסט אויף דעם ריכטונג, דאן קען הרב שטערנבוך זיך אויך נישט אריינמישן אין אונזער וואודבערי חתונה זאל