אזוי ווי דער אשכול איז געווארן זייער גרויס, און דא זענען דא די עיקר דעבאטע איבער דעם סידור קידושין ענין פון קרית יואל, האב איך געטוישט דעם נאמען פונעם אשכול, אויף מער א פאסיגן נאמען.
בכל הכבוד,
דער מנהל.
שאקינג!!!!!!!!!!!!!!!
די ארונים קענען זיך נישט צוזאם קלויבן נאך די מעכטיגע דארכפאל מיט זייער אייגענע דיין ר' געציל וואס האט ארויס געוויזן א שטארקייט וואס סאיז באמת א מסירת נפש אין אפי' ביי זייער מושב ליצים האט ער ארויס געזאגט אז סאיז נישט דא קיין שום פראבלעם מסדר קדושין צי זיין ווען סאיז נישט דא קיין ערוועלטע רב אין שטאט זענען די ארונים ארויף געקימן מיט א עצה זיי האבן ארויס גענימען די פאר ווערטער פין זיין דרשה וואס זיי האבן ארויף געלייגט אויף זייער האט ליין'ס אבער 2 זאכן זיי האבן עס אראפ גענימען אביסל צי שפעט סאיז שוין דא אויף טעפ'ס אין סאיז דא נאכאמאל אין די דרשה ווי ער זאגט עס
יא יא ר' געציל האט געוויזן זיין אחריות אלס א שליח פין רבי'ן ז"ל אין ער האט אפי' אין אזא הייסע צייט זיך געהאלטן
ווער עס האט עס אראפ געכאפט אין ווייסט ווי אזוי ארויף צי לייגן דא אויף הייד פארק ביטע לייגט עס ארויף מיין'ס ווייס איך נישט ווי אזוי ארויף צי לייגן די ווערטער וואס זיי האבן אויסגעמעקט איז מער אנהויב
תוקן על ידי א_בני_יואל ב- 09/02/2010 21:19:00
תוקן על ידי המהדרין ב- 12/02/2010 22:36:10
נשלח ב-9/2/2010 21:49
די חברה ניע שומרים זענען אויף די סצענע, זייי זאגן אז עס זעהט אויס א הארץ פראבלעים. עס איז דא א מעגליכקייט אז מ'וועט ציען פאראלעל פון די הארץ פראבלעים צו א דרשה פון דיין ר' געציל וואס האט אים מעגליך אויפגעשאקלט.
ווייטערדיגע מעלדונגען וועלן נאכפאלגן אויף די מעכטיגע אינטערנעט כח פון די שומרים וואס גוגל האט זיי צוגעשטעלט, אויף קעי.דשעי.שומרים.עט.גימעיל
איז אמת אז בני יואל פארמאכט זייער זאל צוליב די דרשה פון ענקער דיין?
נשלח ב-9/2/2010 23:04
ניין, ס'איז נישט אמת.
קאל אריין די קול משמרת הדת, 718-506-9041, הער די דרשה אויף נומער 8, ווי ער איז דארט שיין מסביר אז ס'איז זיכער נישט צו ערווארטן אז די בני בליעל וועלכע האבן זיך נישט געשראקן פון א פסק דין פון די בי"ד הגדול וועלכע האבן געאסר'ט צו עפענען מוסדות אין קרית יואל, זאלן יעצט זיך יא דערשרעקן פון די שארפע ווערטער וואס די ספרים שרייבן אויף מסדר קידושין זיין אן רשות פונעם מרא דאתרא.
---
יעצט איז מיין רייע צו פרעגן: ס'איז אמת אז ס'איז דא א טעיפ ווי ר' מאיר יודל טענענבוים איז מודה אז די בחורים האבן גארנישט געטוהן, נאר ער וויל זיי לערנען דרך ארץ דערפאר האט ער זיי גע'מסר'ט?
נשלח ב-9/2/2010 23:31
דיין חבר אויששש האט געשריבן אין ענקער פורום אז עס איז דא א טעיפ פון ר' מאיר יודל'ס זין... זאגט דאס... זיי מברר ביי אים...
אויב זענט איר מסכים אז די זאל גייט ווייטער אנגיין, דאן וואס איז געווען די מטרה פון די מוחאות? גייט דאס נישט אריין אין כלל פון כשם שמצוה... כך מצוה שלא לומר דבר שלא נשמע? גייט דאס נישט אריין אין כלל פון מוטב יהיה שוגגים ואל יהיה מזידים?
נשלח ב-9/2/2010 23:48
זיי ווייסן אז די זאלן וועלן ווייטער אנגיין, פונקט ווי די מוסדות הקדושים.
ספעציעל אז דער מרא דאתרא פון קרית יואל דער הייליגער ברך משה זי"ע האט געגעבן רשות
כאטש עפ"י דארף מען אפילו נישט קיין רשות, ווי ס'איז מבואר אין צענדליגער תשובה ספרים, אז אפילו אויב מען וואלט ערוועלט א רב אין א שטאט אויב א קהלה טיילט זיך אפ האבן זיי נישט קיין שום שייכות מיט די אנדערע קהלה.
און אוודאי אז א רב וואס ערליכע רבנים ובראשם זיין אייגענער טאטע האבן אויף אים אונטערגעשריבן אז ער איז א מרים יד בתורה משה והולך בערכאות, איז דאך זיכער אז מען טאר אים אפילו נישט נעמען פאר מסדר קידושין.
עס איז אמת אז זיי ווייסן אז מען קען די זאלן נישט אפשטעלן
אבער דער עיקר ציל פון די גענאר פארזאמלונג איז געווען אז מען זאל נישט רעדן פון די שרעקליכע קאטשקע סקאנדאל, וואס די בית השחיטה המופקרת האבן במזיד מכשיל געווען אידישע קינדער אפאר וואכן מיט עופות טמאות, די שאנדע איז אזוי גרויס אז זיי קענען באשטיין מען זאל ענדערש רעדן פון זייער דורכפאל מיט די סידור קידושין ווי איידער פון די עופות טמאים.
ר' געציל אליין קען זיך נישט אויפהייבן דעם קאפ פון בושה וועגן די קאטשקעס,
ממילא איז ער גרייט ליצנות צו מאכן פון זיך אליין, אבי מען זאל פון די קאטשקעס נישט רעדן.
נשלח ב-9/2/2010 23:55
מען בעט זייער אז ווער עס האט אפגעטעפט די דרשה פון מהרג"ב שליט"א ווי מען הערט דארט
2) ווי ער זאגט נישט דעס וואס דער יושב ראש האט געזאגט בעפאר אז דער דיין גייט רעדן בנוגע די קדושין איז נישט קיין קדושין,
3) ווי ער זאגט קלאר אז די רבי האט געוואלט אז דא זאל זיין אזוי ווי אינערהיים (ווי די רב איז געווען ערוועלט,)
4) ווי ער זאגט קלאר אז בנוגע סידיר קדישין רעד מען נאר פון א רב וואס ווערט ערוועלט,
5) ווי ער זאגט קלאר אז א רב וואס איז נישט ערוועלט הייסט נאר רב און זיין בית מדרש און נישט מרא דאתרא,
אלזא ווילן מיר בעטן, אזוי ווי זיי האבן אנגעהויבן צו פאטשקענן מיטן טעפ, בעטן מיר אז ווער עס האט עס אפגעטעפט פונעם האט ליין זאל עס ביטע דא ארויף לייגן,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 10/02/2010 00:21:18
נשלח ב-10/2/2010 00:14
איך וויל נישט מאריך זיין איבער דעם ענין פין מרא דאתרא ווייל אסאך טינט זענען שוין פארגאסען געווארען אויף דעם...הזמן יכלו והם לא יכלו..איך וועל עס נאר מאכען בקיצור...איך האב צווי קשיות פאר די ארונים
...1# איז דא בכלל א קאנסות אז ר' אהרן איז מרא דאתרא!! אין טאמער יא קען עס איינער פליז ארויף לייגען?
2# איז געווען וואלען פין די שטאט איינוואנערס אז זיי ווילען עם האבען פאר א מרא דאתרא?
נשלח ב-10/2/2010 00:18
ע"פ דברי הגאון ר' יחזקאל ראטא שליט"א בכתב, אז דער פאבליק סקול איז ערגער פון די דריי עבירות, איז דער אהרון קיין יוד נישט, אוודאי נישט קיין מרה דאתרא
נשלח ב-10/2/2010 00:24
נפל כתב:
אויב זענט איר מסכים אז די זאל גייט ווייטער אנגיין, דאן וואס איז געווען די מטרה פון די מוחאות? גייט דאס נישט אריין אין כלל פון כשם שמצוה... כך מצוה שלא לומר דבר שלא נשמע? גייט דאס נישט אריין אין כלל פון מוטב יהיה שוגגים ואל יהיה מזידים?
די מטרה איז מקיים צו זיין די פסק פון רביה"ק זי"ע וואס שרייבט "ואם שאין בידינו לעשות כל אותן החומרות שכתבו השבו"י והכני"ח הנ"ל נגד האנשים האלה, אבל כל מה שבידכם עכ"פ חיובא רמיא על הבי"ד וטובי הקהל לעשות כל מיני קנסות וכפיות נגד המסדר קידושין והמקדש ואבי הכלה"
נשלח ב-10/2/2010 00:25
מען בעט זייער אז ווער עס האט אפגעטעפט די דרשה פון מהרג"ב שליט"א ווי מען הערט דארט
2) ווי ער זאגט נישט דעס וואס דער יושב ראש האט געזאגט בעפאר אז דער דיין גייט רעדן בנוגע די קדושין איז נישט קיין קדושין,
3) ווי ער זאגט קלאר אז די רבי האט געוואלט אז דא זאל זיין אזוי ווי אינערהיים (ווי די רב איז געווען ערוועלט,)
4) ווי ער זאגט קלאר אז בנוגע סידיר קדישין רעד מען נאר פון א רב וואס ווערט ערוועלט,
5) ווי ער זאגט קלאר אז א רב וואס איז נישט ערוועלט הייסט נאר רב און זיין בית מדרש און נישט מרא דאתרא,
אלזא ווילן מיר בעטן, אזוי ווי זיי האבן אנגעהויבן צו פאטשקענן מיטן טעפ, בעטן מיר אז ווער עס האט עס אפגעטעפט פונעם האט ליין זאל עס ביטע דא ארויף לייגן,
נשלח ב-10/2/2010 00:29
דער דיין מהרג"ב שליט"א זאגט קלאר אז אין הנידן דומה לראי'
במילא ניץ נישט דעם רבין פאר ר' אהרן'ס בילגן פַאעֵר סטראגעל,
נעמט אראפ ענקערע פראסטע הענט פונעם רבין
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 10/02/2010 00:33:00
נשלח ב-10/2/2010 00:41
רשכבהגולם כתב:
דער דיין מהרג"ב שליט"א זאגט קלאר אז אין הנידן דומה לראי'
קלאר? ווי קלאר?
אט איז וואס ער זאגט קלאר: נאכן מעיין זיין אין די פוסקים אין די תשובה ספרים אין אחרונים ... איז קלאר, דא אין קרית יואל און אין די גלילות טאר נישט קיינער, און חס ושלום לשום מאן דהוא, אז מ'זאל מסדר קידושין זיין דא, אדער אין גלילות רינגס און ארום, אן א נעמען רשות פפונעם מרא דאתרא רבינו שליט"א!!