| נשלח ב-15/2/2010 18:45 |
|
| |
בשורה טובה! ס' עפענט זיך א נייע שחיטה מהודרת אין ניו יארק
מיט גרויס פרייד האט מען אויפגענומען די בשורה טובה נאכדעם וואס מען האט זיך דערוואוסט אז א געוויסע א.ג. שחיטה המהודרת האט ליידער מפטם געווען יודישע קינדער מיט עוף דורס ר"ל, און דאס האט אוועקגענומען דעם מהודרת טראסט ביי א סאך אידן יראים ושלמים וואס זענען גאוואר געווארן אז דע שחיטה איז בלויז מער פון אנדערע שחיטות מיט איר ברענד נעים "בית השחיטה המהודרת" און אויסער דעם איז עס גלייך ווי אלע בית השחיטות סיי מיט מיסטעיקס און סייעתא דשמיא וואס מאכט זיך ביי אנדערע שחיטות וואס האבן נישט דעם ברענד נעים "בית השחיטה המהודרת" און ווארפן אויך נישט ארויס רבנים וואס ווילן קוקן די שחיטה אזוי ווי די ברענד נעים שחיטה טיט זיך אויף, ורבים אומרים מי יראינו טוב, וואו קען מען יא האבן אמת'ע שחיטה מהודרת פלייש,
יעצט קומט די נייעס אז קהל טאהש האט גענומען די זאך אוין די האנט אריין, זיי עפענען א שחיטה מהודרת און ניו יארק, זיי האבן ארויסגעדונגען א שלאכט הויז אין קווינס און האבן שוין געשחט'ן פארגאנגענע וואך עטליכע הינדערט טשיקנס א טאג, איינע פון די שוחטים דארט איז ר' הערשל ווייס שו"ב, דערווייל איז עס נאר פאר ארדערס זיי זאגן אז זיי קענען נישט נאכקומען די פארלאנג און זייער פלאן איז עווענטועל דאס אינגאנצן אפקויפן און ארויסגיין אין די מארקעט,
יום בשורה הוא לישראל
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2010 04:29 |
|
| |
פארוואס עפענט נישט קהל הגז"ל א שחיטה?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2010 04:38 |
|
| |
פארוואס האט רבינו הקדוש זי"ע נישט געעפענט?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2010 04:41 |
|
| |
מען זעט די געפערליכע מכשולות פון קהל הרא"ט.
עס קען זיין אז די רבנים פון קהל יטב לב, האלטן אז ס'איז א גרעסערער הידור צו נעמען פון אנדערע שחיטות, און האבן די מעגליכקייט אוועקצוגיין אויב עס פעלט אויס, ווי איידער צו האבן אן אייגענע שחיטה וואס וועט בעיקר דינען פאר פראפעגאנדע, און אויב עס וועט זיך חלילה מאכן סיי וועלכער פראבלעם וועט מען אריינפאלן אין דעם זעלבן נסיון וואס קרית יואל האט, אז די פארטיי אינטערסן זאלן חלילה וועלן גובר זיין אויף כשרות.
תוקן על ידי פארשטייצעך ב- 16/02/2010 04:44:29
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2010 05:05 |
|
| |
כא כא כא כא כא, זיי האבן א אייגענעם בית המדרש הגדול...... זיי האבן א אייגענעם מרה דאתרה........... זיי האבן א אייגענעם (פאלאקס) בית החיים..... מענדל שוויממער איז דער עכטער מעיאר........... דער שארמאשער איז קרית יואלער רב............. אין יעצט האבן זיי א בית השחיטה המהודרת, לאכטס נישט!!! זיי מיינען עס נעבעך ערענסט, אפשר קענען זיי עפענעם א אייגענע בעלוויו שפיטאל?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2010 17:28 |
|
| |
אונז דארף נישט קיין אייגענע שפיטאל ענקער גייסט'ישע שערי חמלה איז גענוג..
|
|
|
|
|