חכמי כעלם: גענעראל פארזאמלונג נאך יעדע חתונה!!
זעט אויס לכבוד פורים ערלויבן זיי זיך צו טראבן שפאס פון זיך אליינס,
ס'קומט יעצט א מעלדונג פון חברה שמחת פורים המכנים עצמם קהל יטב לב ד'סאטמאר, אז היות ס'איז פארגעקומען א שרעקליכע פירצה ר"ל אז אידן האט געהאט די חוצפה און עזות צו פאלגן א פסק דין פון 8 מורי הוראה בתוכם חברי בד"ץ ד'קהל יטב אן קיין בושה, וואס טראצדעם וואס א מעקסיקאנער אימיגראנט איז ארומגעפארן מיט א בודזשעט טראק און טראמפייטערט חרמות וקונמות און פארמאסקירטע טינעיזשערס האבן אנגעפעינט מיט גראפיטי אלע גארביטש קאנטעינערס אין קרית יואל, טראצדעם וואס דער דיין פון קהל שמחת פורים האט נאך לאנגע און שווערע מאטערנישן נישט געקענט בשו"א טרעפן א איסור אויף די קאטשקעס איימעסארי א היתר אויף די סידור קידושין.. האבן אידישע קינדער דעס אלעס איגנארט
לאור זה גייט פארקומען קומענדיגע זונטאג תצוה (זכור) נאך א גענעראל פארזאמלונג, היצטערט גייט אויפטרעטן די נייע וועד הפנקס דקהל שמחת פורים, נאך נישט באקאנט וואס מ'גייט דארט ממציא זיין, אבער דעס געבן זיי יא איבער אז ס'איז באשלאסן געווארן ביי א אסיפה מיט די וועד הפנקס דאס נאך יעדע חתונה וואס גייט פארקומען אן זייער רשות גייט מען קומענדיגן זונטאג מאכן א גענעראל פארזאמלונג!
ואין עונשין אא"כ מזהירין!!
 |
|
|