בית פורומים אידישע געדאנק

ר' יונה אין היסטערישען אטאקע גאב"ד כאפט דעם בני ברקער שקר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/2/2010 07:50 לינק ישיר 
ר' יונה אין היסטערישען אטאקע גאב"ד כאפט דעם בני ברקער שקר

דער בני ברק'ער סכסוך האט זיך פאריגע וואך צופלאקערט ווען דער ירושלימ'ער רב
האט באוואשן ברוך אילאוויטש מיט קולות, אז זיי מאכן פון אים ליצנות, דער גאב"ד
האט געהערט פון ברוך אילאוויטש אז זיי האבן שוין אינטערגעשריבן שטרי בירורין ער
האט געבעטן א קאפי דערפון און זיי האבן נאכנישט געטראפן דערווייל קיין קאפי,
זיי זאגן אז זיי האבן דאס געשיקט פארן בורר, אבער דער בורר זאגט אז זיי האבן
נאר געשיקט א קאפי פון אן אלטן שטר וואס זיי קלויבן אנדערע בוררים און שלישים
ווי דער גאב"ד האט אפגעשמיסט, מאידך גיסא האט דער גאב"ד געוויזן פאריגע וואך אז
ער האט א קאפי פון אונטערגעשריבענע שטרי בירורין גענוי אזוי ווי ער האט
אפגעשמיסט מיט די צדדים, דער ירושלים'ער רב האט געזאגט פאר די בני ברק'ער זאלן
ברענגן א גחתמ'טע שטר ווי שנעלער אויב נישט וועט ער מוזן מגלה זיין דעם אמת,
ווער עס איז מעכב די דין תורה  די לעצטע צוויי יאר,

באזונדער זענען די בני ברק'ער נאך אונטער שאק אז דער ירושלימ'ער רב האט
אונטערגענומען דעם שליחות פון סאטמאר בית דין ממנה צו זיין דעם בוררות, און
נישט די בני ברק'ער רבנים, די בני ברק'ער האבן געהאלטן אז זיי וועלן מיד מאכן
דער גאב"ד וועט ער זיך מסלק זיין און לאזן די בני ברק'ער בתי דינים ממנה זיין א
בוררות כפי רוחם, אבער דער גאב"ד זאגט קלאר אז ער וועט אויספאלגן די בקשה פון
סאטמאר ביד"צ און ער וועט ברענגן די עקשנים צו א בוררות אפילו סגייט נישט ווי
זייער פלאן,

ר' יונה בראותו כי כלתה אליו הרעה, האט ער ארויסגעשאסן א באמבע מיט א פריש
געבעקס כדרכו כאילו די בני ברק'ער ווילן יא אינטערשרייבן,  אדרבה יונה'לע ברענג
א קאפי פון שטר בוררין וואס עטס ווילסט אונטערשרייבן און ברענג אויך דעם בריוו
פון ר' משה חיים פאר'ן גאב"ד ער זאל לאזן די רבני העיר הקרובים אל החלל באשטימן
א בוררות, ,




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 08:12 לינק ישיר 

דער צוגאנג צו דער ענין ברויך גיין אביסל אנדערש.
בעצם איז יתכן אז די ארונים זענען ענדערש גרייט צו גיין צו דין תורה אין בני ברק וואו אונז, אבער לאידך גיסא האבן אונזערע רבנים אן אחריות פון כבוד התורה! וויאזוי קענען מיר גיין צו דין תורה ווען דער צד של כנגד איז ארומגענומען מיט קאטשקעס?!?!
וואסערע פנים העמיר טראגן אויב מען וועט אונז פרעגן "איז וואר אז עטס זענטס אין דין תורה מיט די קאטשקעס"???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 16:03 לינק ישיר 

זיכערמאן די קענסט גאנטץ גיט שפילן א אנדערע צד אבער נישט צי גיט מזעט קלאר ווי די ביסט גענויגט (איך ווייס נישט אויב די האסט געליינט די תקנות איך מיין סאיז אקעגן די תקנות דעס וואס די טיסט)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 16:51 לינק ישיר 

וואס איז דער פראבלעם?
מוועט מאכן א וועד משמרת הדעת קעיר נעמען פון דעם גאב"ד
מוועט רופן גענעראל פארזאמלונג און דערנאך מאכן לתועלת הענין קלענערע פארזאמלונגען
מוועט מאכן א פנקס
מוועט מאכן א האט לייין
אין ועל כלם א קול סאטמאר ביילאגע אין דער בלאט, מוועט איבערווייזן אז דער גאב"ד האט אויסגעמעקט א דאטום בכוונה, דעריבער איז די גאנצע מעשה נישט נוגע, און חוץ מזה די גאנצע אינפארמעשן פון גאב"ד איז נאר דורכן אינטערנעט מלקט וואס ליינט יוסל90 מיט די אויסגעשאסענע ציין דער רעכטע האנט פון רינדיגער יפוער,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר' יונה אין היסטערישען אטאקע גאב"ד כאפט דעם בני ברקער שקר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext