דער פורים רב פון די גלילות וואס האט געהאלטן געשפאנט דעם עולם שושן פורים ווי ער האט חוזק געמאכט פון די פאטריקאנער און מעקסיקאנער, איז שוין אביסל נמאס געווארן פון אלע צייטונגען און מאגאזינען בילדער מיט די ווייסע חאלאטען און הארד העט אויפן קאפ, האט שוין א נייע ביזנעס צו כאפן בילדער מיט לעבעדיגע קיען דאס מאל ביי מעלקן די מילך.
נאכדעם וואס די מהודרת פלייש איז נתגלה קלונם ברבים דארף מען דאך פרישע סענזאציעס און פרישע שערורוית, די מילך וואס מיר אלע טרינקען די לעצטע 60 יאר איז זייער מפוקפק מ'ווארפט אריין פלאקענס מנעמט ארויס היתרים פון טאש, אבער קיין חלב ישראל איז עס נישט.
הרצים יצאו דחופים בדבר המלך, די לויפערס האבן געזעהן א געוואלדיגע געלעגענהייט צו מאכן א פרישע ביזנעס פון זייער פורים רב, ער וועט מאכן פיקשערס פון דער רבי מיט די קיען, דער רבי מיטן ווייסן פארטוך וועט זיך אינטערלייגן אינטערן קוה מעלקן, און דאס וועט מען אריינלייגן אין אלע מאגאזינען בכל אתר ואתר בכל מקום אשר דברו מגיע שמחה וששון, מהאט שוין די בעסטע די מערסטע די שטערקסטע די שענסטע ועל כלם די מהודרת'דיגע מילך, פונקט ווי די אריזאנא ווייץ, טעקסאס פלייש, און מאסקאווי קאטשקעס,
גלייך גייט די אשחדרפני המלך רבי יונה מיט ארגינעלער און דער חכם שמואל ווידער, און מען באגריסט "מזל טוב אמעריקע" ענדליך זוכה געווען צו כשר'ע מילך, און די פיסכיאטארן הייבן אן מיט נייע מעטאדען צו בארואיגן דעם הייפער קינד, שטעל דיך אויף רעדן פון די זיבן פעטע קיען, און אלע דיינע חלומות וועלן מקיום ווערן, דו ביסט דער גרעסטער דער שטרעקסטער דער בעסטער, און עס איז א כבוד אז מען בארעדט דיך, און ווער עס רעדט איז נאר פון קנאה.
דער דרשן הייבט מיט זיין פאבליק רילעשאנס, סהייבט זיך אן מיט א לבי נוקפי, כ'האב אלס געהאט שטארקע הארץ קלאפענישן ווען איך האב עס געטרינקען, סרוקט זיך צו היתרים פון טאש, סגייט ווייטער ביז די צדיקים פון פריערדיגע דור וועלן אים מכיר טובה זיין פאר די מהודר'דיגע מילך.
דערנאך הייבט מען אן אויסרעכענען די הידורים ווי פאלגאנד:
די קיען שלאפן אין זייער אייגענע געלעגער, זיי עסן פרישטיג אינדערהיים.
דאס מעלקן ווערט נישט דורך פאטריקאנע אדער מעקסיקאנער נאר דורך היימישע.
די קיען ווערן געמאלקן מונחת נישט עומדת.
נישטא קיין מעס פראדאקשען.
מ'איז בודק יעדע איינציגע פלעשל מילך, און אז מאיז בודק טרעפט מען..
די אינוועסטערס קאטשקען זיך פאר געלעכטער אזא גוטע פי. אר. קאמפעני פאר אומזיסט, סוווערט א מצוה יעדער הופערניק לויפט קויפן מילך קעסטלעך, און דא הייבט זיך אן די שיפמעריי אויף התאחדות און אויף די צעלימער השגחות ועל כולם די לישקע מיט אנדערע רועי בקר, אז זיי געבן נאר השגחה מחליבה ואילך און זענען מאכל חלב עכו"ם יארן לאנג, עס זענען אפילו דא אזאלעכע וואס שפירן טאקע א טעם פון בליט און די חליבה ואילך מילך, מען זעהט טאקע ווי ש"ל וויינבערגער קויפט נאר די מהודרת מילך, און פערלשטיין באשגצ'ט אים, און מען שרייבט שוין אריין אינעם פנקס ווער עס טרינקט דעם חליבה ואילך מילך,
מען דארף נאר בעטן די בילדער אויסגאבן זאלן נישט לייגן אויף איין זייט די בילדער פון מהודרת פלייש און מהודרת מילך, סזאל נישט קיין בשר בחלב, ווייל קיין בשר שנתעלם מן העין האט דער מהודרת קאטשקע זיכער געמאכט אז ס'איז נישט, יעדער וואך איז דא פרישע בילדער