| נשלח ב-3/3/2010 21:35 |
|
| |
פנקס
די פנקס איז ווי באקאנט נולד געווארן "בימי אדר" תש"ע, בעת ווען הגה"ק רא"ט האט פארלוירן די מאנאפאל איבער סידור קידושין אין קרית יואל
היות די פנקס האט א געוואלדיגע קדושה וואס וועט אכטונג געבן אידישע קינדער עד סוף כל הדורות. ביטע נישט אנפריקלען און זיך אויפפירן לויט "קדושת המקום"...
באמת זענען דא אסאך ערליכע רבנים וואס זעען נישט קיין שום פראבלעם אין דעם נושא, (זעעט בייגעלייגטע גילוי דעת) אבער היות מיר זענען "המודרת" און זיכן כסדר נאר פרישע חומרות אפילו במקום שיש מקילים (חוץ ביי קאטשקעס) זענען מיר מחמיר איך אין דעם פאל...
ביטע זיך נישט וויסענדיג מאכן פון די לצים וואס זאגן אז די ענין איז אויך קאטשקעס...

|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 21:57 |
|
| |
באקומען אין אימעיל

|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 22:06 |
|
| |
מנהל ביטע מעק אויס די זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות מיטן אשכול
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 22:39 |
|
| |
בארא, זייער שיינע תשובה נצחית פון ענקער זייט גענוי ווי די לצים האבן געענפערט ווען פנחס האט מקנא געווען קנאת ה' צבאות וואס האבן זיי געענפערט, הראיתם בן פיטי
יעדער ווייסט פונעם סקול דיסטריקט מיטן בני יואל, דעס איז אבער נישט סותר אוטאמעטיקלי יעדען פסק חוץ ביי מענטשן וואס זינגען הראיתם בן פוטי, ווען זיי האבן נישט עפעס אנדערש...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 23:07 |
|
| |
לכאורה טאר קיין שום בעל מכשיר נישט צוריקציען ווייל חוזרים ואוסרים פסולים לדון (חידושי שמואל)
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2010 00:33 |
|
| |
צריך עיון לשיטת החידושי שמואל, אויב א בעל מכשיר צו א בי"ד וועט אראפנעמן א הכשר אדער ארויסגעבן א איסור אויף א בעקערי ווייל ס'איז ווערעמיג און קרעציג וכדומה, אויב 15 יאר שפעטער שטעלט זיך ארויס אז ס'נישטא נישט קיין ווערים און נישט קיין קרעץ ברויך מען נישט זיין א חלה דעקל צו זאגן, קרעץ בלייבט קרעץ.. וויאזוי קען זיין אז דער זעלבער כהן וואס פסקנט ''נגע'' דער זעלבער כהן 7 טעג דערויף זאגט ער ''טהור'' ?! לשיטת החידושי קען דאך א מצורע קיינמאל נישט ווערן טהור ?!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2010 00:47 |
|
| |
איך וואלט ציגעלייגט א שטיקל דערהער, אז לפי שיטת 'דער איד' אז אויב מ'מאכט א טעות מיט קאטשקעס אפי' מ'מאכט נאכדעם א ריקאל האט מען שוין נישט קיין נאמנות און סייעתא דשמיא, איז אפשר יתכן צו זאגן אז די אלע דיינים האבן פאר 10 יאר נישט געהאט קיין סייעתא דשמיא, מיטן מתיר זיין די פאבליק סקול און אסר'ן בני יואל ממילא לפי' הנ"ל האבן זיי פארלוירן זייער נאמנות, ווייל מ'קען באמת נישט וויסן צו זיי פסק'נען נישט מחמת דוחק פון די פארטיי.
צריך לעיין בזה...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2010 01:38 |
|
| |
און מען קען ענטפערן נאך מער פשוט, אז דער איסור אויף בני יואל איז געווען געבויעט, אויב סאיז "נגד הוראותו של כ"ק אדמו"ר שליט"א [רביה"ק בעל ברך משה זי"ע]", און וויבאלד ער האט אראפגענומען דעם איסור, און געגעבן רשות, איז אויטאמאטיש בטל דער גאנצער איסור. און דער היתר אויפ'ן סקול דיסטריקט איז געווען במקום צורך גדול אז ס'איז נישטא קיין ברירה, משא"כ כהיום וואס ס'איז דא די ערליכע מוסד "חמלה ואמונה", ווילן שוין נישט די דיינים מען זאל זיך פארלאזן אויף זייער פסק.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2010 02:49 |
|
| |
ונלע"ד איך מיין אז ס'איז נישט מער ווי יושר אז פונקט ווי די ארונים מעגן ענטפערן אויף יעדע פסק וואס ס'איז נישט לטובתם --מחמת דוחק הפארטיי... נו מה נשתנה בני יואל? פארוואס טארן זיי דעס נישט נוצן אויף די אלע פסקים א קעגן זיי... ?
נאר וואס דען, ס'ווענט זיך ווי דער ''אייזל'' שטייט איין....
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2010 03:06 |
|
| |
ולא ניחא, ווייל בשלמא די ארונים זענען דאך קאנסיסטענט, זיי האבן דעמאלטס געהאלטן אז בני יואל איז אסור און האלטן די זעלבע היינט, זיי האבן דעמאלטס גהאלטן אז די סקול דיסטריקט איז א מצוה און זיי האלטן היינט אויך אזוי, אבער משא"כ עטס זאלוני דיינים, זענען דאך פליפ-פלאפערס, פארן ארויף אין אראפ ווי די סי-סאו אין די פארק, וואס נעכטן איז געווען אסור איז היינט מותר ווייל די איסור איז געווען ע"י לחץ, וואס נעכטן איז געווען א מצוה ווערט פלוצלינג נתגלה אז ס'נאר געווען בשעת הדחק, וואס נעכטן איז געווען כשר ווערט היינט נתגלה אז ס'נאר פאר די פוילישע גוים, מ'קען באמת נישט וויסן וואס באמת טרייבט ענק צו פסק'נען, און ווי 'דער איד' זאגט איז עס א נאמנות פראבלעם, מ'קען ענק נישט טראסטן, עטס האטס עפעס נישט קיין סייעתא דשמיא,
כן נלפע"ד
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2010 04:59 |
|
| |
סקאט - קודם כל די ארוינעם זענען נישט קאנסיסטענט מיט בעלז און קלויזענבורג וואס ער האט שלום געמאכט אן קיין תירוץ פון שעת הדחקת צווייטנס, דוד עקשטיין האט ביי זיין דרשה אין כולל דעמאנט אז יעדעדר ווייסט אז אין קר"י זענען דא עקסטערע קהילות מיט וואולע יודען, מיר האבן גארנישט קגן זיי נאר א מען זאל צוריק געבן די גזילה, טא לשיטתו זענען די בנ"י וואולע יודען אפילו דער ב"מ האט זיי געהאלטן פאר אס ארגסטע,
פליפ פלאפ אנ א תירוץ איז לכאורה א גרעסערע נאמנות פראבלעם א שטייגער די הדלקה ווי ער מאכט חוזק מיט אלע מיני וועגן הן דא סיי יונגלעך סיי בחורים הן א מאטראץ הן א קאר וכו' פליפ פלאפ ביי פלייש ווי טאמער איינער האט מעורר געווען אויף שחיטה איז ער געווען עפרא לפומיה אבער נאר ער מע וויייל "איך" טוה אויף פאר יידישקייט, פארגעס נישט ער איז א פרומער אבער ביז חינוך ווי גדולי תורה האבן געהאלטן אז דאס איז דאס ארגסטע, דארט האט פליפ פלאפ נישט געטראפן ווי צו מהדר זיין ווייל מהודר מיינט געלט, קויף "נאר מיין" מצה מאר מיין פלייש נאר מיין מונחת אין איך קען מאכן געלט פון פארקויפן גאט פאר א פאר טאלער
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2010 05:29 |
|
| |
סקאט, א קניפ אין בעקל.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2010 06:07 |
|
| |
זיבעלע, א קניפ אין בעקל.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2010 07:21 |
|
| |
כל הנערים, ביזט מכובד מסביר צו זיין וואס זיבעלע האט געשריבן.
(הערשט דערנאך וועסטו מוזן מסביר זיין פארוואס דאס איז דיר אזוי גוט געווען אז דו מוזט אים שענקען אין בעקל)
|
|
|
|
|