|
|
| נשלח ב-4/3/2010 00:12 |
|
| |
דרשת רא"ט- נאך א סיבה צו דאנקען דעם בוכ"ע
ווען איך האב באקומען א טעקסט מעסעזש פון א חבר מיט א נומער ווי מען קען הערן א אינטערעסאנטע דרשה פון ר' אהרנ'ן וואס קאסט א שמייכען און היבש ביסל געלעכטער, האב איך זיך נישט געאיילט אנצוריפען דעם אנגעגעבענעם נומער, ווייל וואס אינטערעסירט מיר וואס דער גלות רבי (ער פארדינט דעם נאמען מיט רעכט וועלעכע רבי קענט איר -אין אפילו א סך א קלענערע רעבעל וואס איז געצווינגען צו פאקען פעק איעדע שני וחמישי, איין יום טוב דא א צווייטע דארט יעדען דינסטאג און יעדע אנדערען שבת, ער נעכטיגט כמעט נישט אויפן זעלבען בעט פון איין טאג צום צווייטן. אנשטאט די חסדים זאלן ארויסקומען צו אים אויף יום טוב מוז ער נעבעך וואנדערן רוב ימים טובים פון זיין הויפט בית נאוה קודש. נישט אומזיסט איז ער רבי על כל קצבי תבל...) האט צו שפייעןאבער ווען איך האב שוין יא געמאכט די קאלל האב איך זייער הנאה געהאט ווייל עס האט מיר געגעבן נאך א סיבה צו דאנקען דעם בוכ"ע פאר דעם גרויסן חסד וואס ער האט געטון מיט כלל ישראל אין דען היינטיגן הסתרת פנים דער 'גאון הגדול אין טפשות' רעדט דארט עטליכע מינוט ווען פון זיין מויל גיסט זיך גאלאנען מיט גאוהדיגע און רימערישע דיבורים, און פון זיין רינשטאק גיסט זיך די טיפשות ווי וואסער פונעם ברונען, א רחמנות האט מיר אנגעכאפט ווען איך האב געזעהן פאר מיר דאס בילד ווי הינדערטער קעלבער שטייען ארום און שלינגען מיט דארשט די הוילע פאנטאזיעס פון זייער אייגנגעקלויבטע מורה דרך און הערן זיך צו ווי 'די רבי' קלאפט זיך זעלבסט אין רוקן... און פון די אנדערע זייט האט עס מיר געגעבן נאך א סיבה צו די גאר לאנגע ליסטע סיבות פארוואס צו דאנקען און לויבן דעם אייבישטער, אז ער האט אונז מיט אונזערע קינדער אפגעראטעווען פון אינטער זיין השפעה. רופט און האט הנאה 1718-305-6942 דרוקט אריין 4 נאכאמאל 4 63# 9 9
ברוך הוא אלוקינו.....
תוקן על ידי יואלי808 ב- 04/03/2010 00:15:16
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2010 00:15 |
|
| |
די עסקנים פון "קול סאטמאר" זענען דיר זייער דאנקבאר...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2010 00:21 |
|
| |
איך וויל מזכה את הרבים...איך ווייס נישט, ווען איך בין א ביסל און א טרויריגע און פאראומעטע גיסטע האב איך תיכף די אדרעסס -קול סאטמאר די דרשת פונעם מלך טיפש און די קראקאדיל ג"ס דרשת ברענגט ארויס ביי מיר אזא געלעכטער אז איך קום כמעט צו צי הוללות אגב אז מ'רעד שוין ווער האט אמאל געגלייבט און ביי אמאל מיין איך נישט מער ווי 15 יאר צירוק אז די נאמען סאטמאר וועט גיין באנאזאם מיט אזאלעכע זאכן ווי -קול סאטמאר- א האטליין. מיט א טעאטער-אחורי הפרגוד פארשטעלונג???
תוקן על ידי יואלי808 ב- 04/03/2010 00:24:38
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2010 01:27 |
|
| |
וויסט איינער ווי מען קען הערן רז"ל'ס דרשות פון פורים? אויך פון די לעצטע שובבי"ם תורות? ישר כח.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2010 01:28 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  | | די עסקנים פון "קול סאטמאר" זענען דיר זייער דאנקבאר... |
|
פארוואס??? זיי באקומען פראצענט פאר יעדן קאל? האלטן זיי נעבעך ערענסט אז אפשר דאך וועט איינער פארגאפט ווערן פון זיין טיפשות? אה שיעור נישט פארגעסן צו קענען מעלדן אז הונדדערט אכציג טויזנט מענטשן רופט א טאג זייער האטליין? פארדעם דארף דאך קיינער נישט באמת רופן, ליגענט איז דאך ענקער לעבענס קוואל. טו ביטע זיי מיר מסביר פארוואס וועלן זיי דאנקבער זיין?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2010 01:30 |
|
| |
און אז מען רעדט שוין פון טאטן האט מיר איינער געשיקט ווי מען קען הערן מענדעלעס דרשה, הער איך ווי ער טוט זיך שטארק אויף וואס א בעל מסירת נפש ער איז, אז ער האט נישט ליב קיין וויין, און דער מאגן ברענט אים דערפון, און דאך טרינקט ער ווייל ס'איז פורים.וואלט איך אים געוואלט מייעץ זיין ער זאל טרינקען טריקענע וויין אן צוקער, אזוי ווי סאטערן אדער בורגענדי, וועט אים דער מאגן נישט ברענען. און אז דער מאגן ברענט אים יא, זאל ער מאכן א שווייג! ער דארף דאס נישט דערציילן לפני כל הקהל הקודש, אפילו פורים!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2010 01:31 |
|
| |
| בכורשוטה כתב: |  | וויסט איינער ווי מען קען הערן רז"ל'ס דרשות פון פורים? אויך פון די לעצטע שובבי"ם תורות? ישר כח. |
|
נישט אינטערעסאנט פאר א האטליין, רא"ט'ס דרשות איז פיל מער אינטערעסאנט, ספעציעל אדר.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2010 05:52 |
|
| |
וואס איז א חילוק צו עס קומען ארויף די אזויגעריפענע "היימישע" אידן אדער מעקסיקאנע און אפריקאקע שחורים פונקט ווי ער האט זיי ארויפגעשיקט שמיני עצרת און ראדני?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2010 06:00 |
|
| |
| סאטמארפלעק כתב: |  | | פארדעם דארף דאך קיינער נישט באמת רופן, ליגענט איז דאך ענקער לעבענס קוואל. טו ביטע זיי מיר מסביר פארוואס וועלן זיי דאנקבער זיין? |
|
זיי האבן געהאט ארויפגעלייגט א פיקטשער פון די היסטארי פעידש פון די קאמפאני אין די טאג פון די גענעראל פארזאמלונג אין קרית יואל. די טאטעל איז געווען 27,000 קאלס יענעם טאג.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|