בית פורומים אידישע געדאנק

א שאד א שאד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/3/2010 16:31 לינק ישיר 
א שאד א שאד

אונז דא אין ירושלים עיה"ק אידן וואס געהערן צו די עדה החרדית אינטרעסירט גאנץ ווייניג די פאליטיק אין סטמר ביי אונז זענען ביידע גלייך ביידע זענען מנהיגים פון די גרעסטע קהילות אין די וועלט, אבער מיר שפירן אז דער סאטמארער רבי ר' אהרן שליט"א האט אונז אריין געשטאכן א מעסער און הארץ מיטן שיקן שליחים מיט א משלוח מנות צו דעם בער פון אגריפס (בעלזער).

מיר קענען נישט פארגעסן וויאזוי דער אגריפסער האט געשאטן פעך און שוועבל אויף אלע קדושי עליון אנגעהויבן פון דעם הייליגן ברך משה זצוק"ל און למעלה בקודש דער הייליגער ירושלימער רב בעל מנחת יצחק זצוק"ל און ווייטער דער הייליגער בעל ויואל משה - דברי יואל.

מיר קענען נישט פארגעסן די טעראר וואס ער האט אנגעמאכט פארן הייליגער בעל מנחת יצחק זצוק"ל ס'איז נישט שייך צו דערמאנען אלעס וואס זיי האבן אים געטשעפעט און גערודפט.

מיר קענען נישט פארגעסן די רדיפות וואס ער האט אנגעמאכט פאר יעדן ערליכן איד וואס האט זיך געהאלטן פעסט אין די שיטה הקדושה פון הייליגן סטמר רב זצוק"ל.

מיר קענען נישט פארגעסן די אלע חירוף וגידוף וואס ער האט צאם גערעדט אויף גדולי ישראל.

מיר קענען נישט פארגעסן די אלע גדרים וסייגים וואס גדולי ושרפי עולם האבן איינגעפירט דא אין ירושלים עיה"ק און ער איז געקומען במחי יד אלעס אוועק געמאכט מיט ליצנות.

מיר קענען נישט פארגעסן די אלע איסורים און חרמות וואס גדולי ושרפי מעלה (רק יענקעלע מפשעווארסק זצוק"ל תולדות אהרן רבי בעל דברי אמונה זצוק"ל דער וואוידיסלאווער רב זצוק"ל ר' יידעל'ע זצוק"ל ר' משה אריה פריינד זצוק"ל דעמאלס ראב"ד ירושלים, בית דין העדה החרדית וכו' וכו') האבן ארויף געלייגט אויף אים און אויף זיינע הכשרים און אויף אלעס וואס געהערט צו אים.

איז ווען מיר האבן געהערט די בשורה האבן מיר נישט געוואלט און געקענט גלייבן, און מיר האבן געשפירט ווי א טיפער מעסער איז געווארן אריין געשטאכן אין הארץ פון די ירושלימער אידן וואס האלטן זיך פעסט ביים דרך פון הייליגן סטמר רבין. מיר האפן אז ס'איז געשעהן א טעות און ס'וועט ווערן פארראכטן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2010 16:38 לינק ישיר 

אכן נודע הדבר!,,,,,.....

עטץ זענטץ יעטץ געוואר געווארן וואס מיר ווייסן שוין אריבער 20 יאר?!

עס איז ליידער מקיום געווארן גם עליך יעבר כוס

ווייל ווען מיר האבן זיך געבעטן דאס הילף פון כלל ישראל
און געשריגן אז דער ארויני איז א אבן נגף לבית ישראל
האט מען אונז געלאזט פשוט אויף הפקר!



תוקן על ידי 1satmar ב- 08/03/2010 16:41:26




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2010 16:50 לינק ישיר 

איך האף אז ס'איז נאר כשגגה שיצא מפי השליט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2010 16:52 לינק ישיר 

די גאנצע משלוח מנות שטיקל פון בערעלע איז נאר געווען א נקמה אקציע אויף זיין שוואגער

ער האט עם איינגערעדט אז ער גייט נוצן זיין שחיטה
איז ראט געווארן זייער עקסייטעט, אזוי ארום האט ער עם אריין גע'נער'ט מיט די משלוח מנות אקציע

יעצט זיץ זיך בערעלע אין זיין ביהמ"ק התחתון שבתחתונים אין רייבט זיך די הענט אה ב"ה ס'איז געלונגען צו אן שמירן דעם שוואגער מיט א נאסן ליילעך

וואס די בני יואל 15 יאר און די זאליס נאך 10 יאר, האבן זיי קיינמאל נישט געמאכט אזא גוטן דזשאב מיט ראט

איין געלונגענע איידעם האט וויזניץ'ע רבי זיכער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 16:56 לינק ישיר 

איך גלייב נישט אז וואס די זאגסט איז ריכטיג ווייל די בעלזער פלייש איז געאסערט פון דעם מנחת יצחק זצוק"ל און זיין בית דין אפילו ס'זאל זיין די כשר'סטע וואס קען נאר זיין האט דאס א דין ווי דבר אחר אזוי האט דער מנחת יצחק ז"ל געזאגט, דעראיבער גלייב איך נישט אז מ'האט אים געוואלט שחט'ן אין די שחיטה פון קרית יואל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2010 20:20 לינק ישיר 

יענקי

מיר האבן מיט דיר מיטלייד, און מיט אלע ערליכע ירושלימ'ער אידן, אבער ליידער איז דאס נישט קיין שגגה היוצא מלפני השליט, נאר א לאנג יעריגע שאיפה.

באמת האבן מיר אויך אזוי געוואלט האלטן, און יארן לאנג האבן מיר מיט אלע מיטלען פרובירט אים צו פארענטפערן, און אפילו אין די לעצטע יארן ווען ס'איז געווען א שטיקל צייט וואס עס האט געדארפט הייסן אז ער האט אפגעמאכט צו טאן נאר פאזעטיוו, און האט שוין אפילו אנגעהויבן באקומען א שטיקל בעסערן נאמען אין די גאס, האבן מיר געהאפט אז עס וועט קומען דער טאג וואס ער וועט ווערן "מעטשאר" (נתבגר) און ברענגען אביסל כבוד לכבוד בית אבותיו הקדושים.
אבער ליידער איז דאס נישט דער מציאות, און ער איז זייער שטארק צוריקגעפאלן. 

לאמיר אבער האבן אז עטץ וועט ענק נישט באקענען מיט אים פון דער נאענט
וועט עטץ קענען בלייבן אויף אים מיט א גוטע מיינונג, און דעם ברך משה'ס נאמען וועט זיין אביסל ווייניגער מבוזה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2010 04:13 לינק ישיר 

מנהל, ס'איז מיר איינגעפאלן א גוטס, איך מעג עפענען א דריטע אשכול פון 'א שאד א שאד' ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2010 05:30 לינק ישיר 
א שאד א שאד

(קרעדיט: יענקי123)

אונז דא אין ירושלים עיה"ק אידן וואס געהערן צו די עדה החרדית אינטרעסירט גאנץ ווייניג די פאליטיק אין תולדות אהרן, ביי אונז זענען ביידע גלייך ביידע זענען מנהיגים פון די גרעסטע קהילות אין אר"י, אבער מיר שפירן אז דער תו"א רבי און אזוי אויך דער גאב"ד העדה האבן אונז אריין געשטאכן א מעסער און הארץ מיטן רייכן די האנט און שמייכלען מיט פריינטליכקייט צו דעם בער פון אגריפס (בעלזער).


מיר קענען נישט פארגעסן וויאזוי דער אגריפסער האט געשאטן פעך און שוועבל אויף אלע קדושי עליון אנגעהויבן פון דעם הייליגן ברך משה זצוק"ל און למעלה בקודש דער הייליגער ירושלימער רב בעל מנחת יצחק זצוק"ל און ווייטער דער הייליגער בעל ויואל משה - דברי יואל.

מיר קענען נישט פארגעסן די טעראר וואס ער האט אנגעמאכט פארן הייליגער בעל מנחת יצחק זצוק"ל ס'איז נישט שייך צו דערמאנען אלעס וואס זיי האבן אים געטשעפעט און גערודפט.

מיר קענען נישט פארגעסן די רדיפות וואס ער האט אנגעמאכט פאר יעדן ערליכן איד וואס האט זיך געהאלטן פעסט אין די שיטה הקדושה פון הייליגן סטמר רב זצוק"ל.

מיר קענען נישט פארגעסן די אלע חירוף וגידוף וואס ער האט צאם גערעדט אויף גדולי ישראל.

מיר קענען נישט פארגעסן די אלע גדרים וסייגים וואס גדולי ושרפי עולם האבן איינגעפירט דא אין ירושלים עיה"ק און ער איז געקומען במחי יד אלעס אוועק געמאכט מיט ליצנות.

מיר קענען נישט פארגעסן די אלע איסורים און חרמות וואס גדולי ושרפי מעלה (רק יענקעלע מפשעווארסק זצוק"ל תולדות אהרן רבי בעל דברי אמונה זצוק"ל דער וואוידיסלאווער רב זצוק"ל ר' יידעל'ע זצוק"ל ר' משה אריה פריינד זצוק"ל דעמאלס ראב"ד ירושלים, בית דין העדה החרדית וכו' וכו') האבן ארויף געלייגט אויף אים און אויף זיינע הכשרים און אויף אלעס וואס געהערט צו אים.

איז ווען מיר האבן געהערט די בשורה האבן מיר נישט געוואלט און געקענט גלייבן, און מיר האבן געשפירט ווי א טיפער מעסער איז געווארן אריין געשטאכן אין הארץ פון די ירושלימער אידן וואס האלטן זיך פעסט ביים דרך פון הייליגן סטמר רבין.

==================


http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1208307&forum_id=771

פגישה משולשת: בעלזא-גאב"ד העדה-תו"א

בכניסה לשמחת השבע ברכות בבית טשרנאביל, התקיימה פגישה מרתקת: גאב"ד העדה החרדית והאדמו"ר מתו"א היו בדרכם החוצה כאשר הבחינו בכ"ק האדמו"ר מבעלזא נכנס. שניהם נגשו אליו ואיחלו לו בחום ברכת מזל טוב לרגל השמחה במעונו, בלידת נכדו.







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2010 16:36 לינק ישיר 

איך וואלט נישט געהאט קיין טענות צו א מענטש וואס שיקט משלוח מנות צו א שוואגער, אפילו זיי זענען אנדערש מיט זייערע דיעות. די שאלה איז נאר פארוואס ער האט נישט געשיקט פאר זיין ברודער אויך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2010 20:37 לינק ישיר 

איך נעם עס אויף מיר: אויב וועט זיין ברודער שיקן, וועט ער צוריקשיקן.

והיינו הך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2010 21:32 לינק ישיר 

שיינע זאך פון כ"ק הגאב"ד שליט"א ואדמו"ר מתו"א שליט"א, אויב ס'גשעט א פגישה געט מען שוין די האנט מפני דרכי שלום אזוי ווי די גמ' זאגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2010 21:43 לינק ישיר 

דער יונגערע ברודער דארף שוין נישט שיקן ווייל דער גרויסער כאפט שוין אליינס..  דער גרויסער זאל ביטע צוריקשיקן דעם ביה"ח פאר משלוח מנות.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2010 21:50 לינק ישיר 

ונעתרות נשיקות שונא, ווי קען מען בכלל אויפנעמן משלח מנות פונעם פעטערס שונא, (איך האלט נאך פארן צוריקשיקן)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2010 23:29 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2010 00:26 לינק ישיר 

סעננדר כתב:
דער גרויסער זאל ביטע צוריקשיקן דעם ביה"ח פאר משלוח מנות.


ליבערשט זאל דער קליינער שיקן משלוח מנות א גע'חתמ'טע "שטרי בירורין" ביי א זבל"א. (אויב נישט אפגעבן די גאנצע גניבה מיט די ווומ"ס'ע בנינים).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2010 01:41 לינק ישיר 

מ'האט פאלש איבערגעשריבן אלע וויליאמסבורגע בנינים? איך האב געטשעקט און געזען אלעס ביים אלטן.. חוץ אז די חלומות פון דעם סבלן צו זיין "מושל בכל" איז צורינען ווי א זייפן בלאז..

די בית החיים אין קרית יואל איז געווארן פאלש אונטערגעשריבן און איבערגעשריבן בגניבה פון איין נאמען צו א צווייטע..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > א שאד א שאד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext