האמת ניתן להאמר, אז איך האב שוין ביי מיר געהאט באשלאסן אז מיט דעם פייוו-בארא, טענה איך מיך נישט.
אמאל האב איך געמיינט אז ער איז א משהו אינטעליגענטער - אדער פשוט א טראפעלע עלטער - ווי די איבריגע ארוינים/חלה-דעקלעך דא אויפ'ן פארק, ווי צבש"פ 1גערעכטער וכדו'.
למעשה ברבות הימים האט זיך ארויסגעשטעלט אז חלה-דעקל בלייבט חלה-דעקל, און זיין בהמישקייט ווייזט זיך ארויס פון יעדן ווארט זיינעם. עס איז פשוט א בושה צו שטיין מיט אים אין ווארט.
שטעלט אייך פאר, ווען א קליינער קעיזשעי מתיבתא-ראצער שטעלט זיך אפ נעבן אייך אין גאס און וויל אנהייבן דעבאטירן, צי די ארוינישע ישיבה מיט די ניין אהאלב בחורים האט זיך שוין צוגעשפארט צי ס'האלט ביים שוועל פון צושפארן; צי אין בלאט איז יא געווען א עד צי נישט, וואלט איר אים אפילו אנגעקוקט? זיכער אז נישט! איר וואלט זיך אוועקגעדרייט מיט אפשיי.
טא, וואלט איך געראטן דעם ציבור חברים ס'זעלבע צו טון מיט דעם דריי-קאפ פייוו-בארא.
ער וויל פרעטענדירן זיינע בויך-ווייטאג צום ציבור? זאל ער עס טון ביי זיך אין בעקערי פארום בכבוד גדול. - דארט וועט ער באלד ווערן א הירא איבערנאכט, און ווער רעדט נאך אויב וועט ער שרייבן
רעבעזיכרוינעלבראכע, וועלן זיינע סטאקס שטייגן ביז מיליאן.
טא, ביי דעם בלייבט עס? פון היינט-און-ווייטער, יעדע תגובה פון פייוו-בארא ווערט געענטפערט מיט: א טאטאלע שטיל-שווייגענישט.
ישר כחכם ושבתא טבא