בית פורומים אידישע געדאנק

vosizneias: וומ"ס בארא פארק באס גייט אפשר פארן שבת?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/3/2010 17:41 לינק ישיר 
vosizneias: וומ"ס בארא פארק באס גייט אפשר פארן שבת?

http://www.vosizneias.com/51689/2010/03/21/boro-park-bus-gets-a-goys-push/

Brooklyn, NY - Kosher 'Billyburg-Boro Park' Bus Might Get a Goy's Push

Brooklyn, NY - Oy. A goy's driving my bus.

The city is looking for a new operator for a private bus company that caters to ultra-Orthodox Jews traveling from the kosher enclaves of Borough Park to the Hasidic haven of Williamsburg.


Some Hasidim fear a gentile company could take over the line and might run routes on Saturdays, fail to separate men and women riders, and stop giving discounts to yeshiva students.


"If it operates on shabbos, then people will completely stop using it," said Hasidic activist Isaac Abraham.


Of particular concern to religious riders is a phrase in the city's request for proposals that calls on the winning operator to provide service "seven days per week."


A Jewish-owned company, Private Transportation, has run the religious route for the last 37 years, but not during the sabbath.


Jacob Marmurstein, owner of Private Transportation, uses a board of consulting rabbis to toe the line. Men sit in the first four or five rows with women and strollers in the back.

Right now, the route begins outside Mendel's Pizza on 18th Avenue and 50th Street in Borough Park. Buses run about every 20 minutes.


תוקן על ידי nys10952 ב- 21/03/2010 17:43:44




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2010 18:04 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט וואס דא שטייט איז עס א פאביליק זאך אדער א סיטי זאך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2010 18:45 לינק ישיר 

לכבוד דעם אומוויסענדען נאיווען ציבור שיחי'

די בארא פארק - וויליאמסבורג באס קאמפאני איז א פריוואטע קאמפאני וועלכע באקומט "פאנדינג" פון די שטאט. צוליב די פאנדינג דארף די באס קאמפאני יעדע פאר יאר אריבערגייט א פראצעדור פון ווערן נאכאמאל באשטעטיגט ביי די גאווערמענט.

די פראצעדור ווער פאר די לעצטע 10 יאר - בערך - באגלייט מיט שווערע מערכות פון עסקנים און וועד הצניעות. פאר ווער עס געדענקט נישט, האט די באס קאמפאני אפאר יאר צוריק ארויפגעלייגט אויף די ראוט אפאר קאוטש באסעס ענליך צו די מאנסי\מאנרא באס, אבער האבן דאס שנעל אראפגענומען צוליב א פאדערונג פון התאחדות הרבנים אז די סארט באסעס וועלן גורם זיין אסאך פראבלעמען אין צניעות. אנפאנג האט זיך די קאמפאני נישט געשראקן נאר נאכדעם וואס התאחדות האט ארויסגעלייגט א אלטימאטום ווי זיי אסרן צו ניצן די סערוויס.

אין ניו יארק סיטי געהערן "אלע" באס ראוטס אויסדריקלעך פאר די סיטי. די סיטי קען געבן א פערמיט פאר א פריוואטע פירמע אנצופירן טראנספערטאציע אין ספעציפישע געגענטען. דעריבער קען קיינער נישט ארויסגיין מיט א קאמפעטישען צוליב וואס די עגזעסטירענדע קאמפאני ווערט געבעקט דורך די סיטי. אבער יעדע פאר יאר, פאר די קאמפאני באקומט א פרישע באשטעיטיגונג קומען די עסקנים אראפ צו די מיטינג'ס און פאקן אויס זייערע טענות ווי לדוגמא אז עס זענען נישט דא גענוג באסעס אין אנגעצויגענע זמנים ווי צופרי ביינאכט ערב און מוצאי שבת ויו"ט וכדו'. בדרך כלל וועט פאר א קורצע תקופה טאקע זיין מער באסעס.

כדאי דאס צו פארמיידן דאסמאל מאכט די קאמפאני יעצט א ויצעקו אז רח"ל... "כאילו" די שטאט וויל איבערגעבן דעם ראוט פאר גוי'ם און דערמיט אפשרעקן די עסקנים און רבנים וועלכע זארגן זיך פארן ציבור אסאך מער ווי דער בעל הבית פונם קאמפאני וואס איז דא צו מאכן געלט.

די ציבור וואס איז יא באקאנט מיט די פאקטן איז גאר ווייניג דערשראקן פון די "קראקעדייל טרערן". די סיטי איז נישט נייגעריג איבערצונעמען דעם באס ליניע זיי ווייסן זייער גוט פון וואס דא האנדלט זיך. זיי ווייסן אויך אז על פי רוב זענען כמעט נישט דא קיין גוים וואס ניצן דעם באס און אויך דאס ביסעלע גוים וואס פארן יא צווישן וו"ב אין ב"פ זענען בדרך כלל ארבעטער ביי אידן ווי לדוגמא פוילישע גויטעס אדער גוים וואס זויבערן בתי מדרשים וכדו'. אפילו די ביסל פארן נישט אום שבת ויו"ט.

לו יהא אזוי ווי זיי פארקויפן (א זאך וואס איז בכלל נישט אין מציאות) וועט דאס אויך נישט אפשרעקן דעם עולם ווייל:

א פריוואטע פירמע וועט זיך צושטעלן צו זייערע קליענטן! און אויב 99.9% ווילן אזוי דאן איז אזוי... נישט קיין חילוק וואס דער "אזוי" איז.
 
דער פלוידער זאק אבראהאם - וואס ווען נישט די שטיצע פון די אנטי זאלוינים וואלט אנגעצויגן 60 שטימעס - רעדט ווי א אויסגערופענע שוטה. אויב א גוי איז בעל הבית אויף די ליניע און ער מאכט יא באסעס אום שבת (פאר וועם?) וועט זיך קיין איין איד נישט אפהאלטן פון פארן מיט זיי פונקט ווי מען האלט זיך נישט אפ פון פארן מיט די סיטי באס, באן און ברוקלין קאר סערוויס...

לויט ווי איך שאץ האט דער ארבעטסלויזער אבראהם יעט באקומען אפאר טאלער פון די באס פירמע אנצודרייען דעם ציבור כאילו שווארצע זמנים ווארטן אויף דעם ציבור וואס ניצט די ליניע. איך האף נאר אז די אהרוינים וועלן אים נישט נאכטאנצן ווי בלינדע נארנים...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > vosizneias: וומ"ס בארא פארק באס גייט אפשר פארן שבת?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext