----------------------------- די הזמנה איז אריבער "אלע" געווענדליכע נארמאלע פראצעדורן, (אריינגערעכנט דאס צוריק שרייבן תשובות אויף זייערע בריוון), און עס נישט פארהאן קיין שום תורה'דיגער תירוץ נישט צו גיין, אויסער די פחד... די שאלה איז נאר, פארוואס פון קוב"ה האבן זיי נישט אזא פחד?!
ביטע לייג ארויף איין הזמנה פין די בתי דינים וואס די נתבעים האבען אויס געוועלט קארלסבורג מכון להוראה אורחות המשפט והכל אל מקומו יבא בשלום...פארוואס דארפסטי אזו פלאגען סאיז דאך פאר פסח?....
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 23/03/2010 16:56:27
נשלח ב-23/3/2010 18:09
מאכט'ס ליצנות פון א צווייטן!
ער שיקט א הזמנה, ברויך מען זיך שטעלן צו די"ת. און יא: הכל הולך אחר הנתבע, דער נתבע קען זאגן אז איך גיי צו אן אנדערן בי"ד. אבער פארלאנגען א "הזמנה" פון אן אנדערן בי"ד, דאס איז א חידוש פון 2010 !
שעפעלע איך זעה אז די ביסט נישט באקאנט מיט די מהלך פין דין תורה...איינמאל אז דער נתבע פיקט א בית דין מיז דער תובע אויסדריקלעך יא גיין צי יענעם בית דין אין עם שיקען א נייע הזמנה! איך פארשטיי נישט וואס די ווילסט זאגען לויט דיר קימט אויס אז איינמאל דער נתבע פיקט א בית דין דארף ער שיקען א הזמנה פארן תובע פין די נייע בית דין?דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז דער נתבע ווערט א תובע איבער נאכט?...שעפעלע נייס טריי אבער נישט מיט מיר... אז דער מסור עקשטיין וויל זיך ארויס דרייען פין דין תורה איז דא געניג אנדערע וועגען ער קען זאגען שלשה רעי בקר...ועוד ועוד...אבער סתם רעדען ווי א נאר?....
אוי די גיטע פארט הייבט זיך שוין אן פינעווער מישט שוין אויס זיינע פרישע געבעקס עס גייט א רויעך איך וויל נישט קיין סאך רעדען אבער איך קען מיך נישט איין האלטען וואס דא גייט פאר איז אזוי געשמאק אין צים לאכען פין די ליצים פין הרבנים הליצים פין אורח מישור. צים אלעם ערשטען די ערשטע הזמנה מיט די צווייטע האבען אלע אנדערע טעלעפאן נאמבערס ווען מען טרייט צי ריפען קימט מען אלע מאל אן צי א וועב סייט ענסערינג מאשין. צווייטענס ווער זענען די חברי בי"ד דארט איין מאל זעט מען ר' מענדל גאלד אלץ ספרא דדיינא נעקסטע מאל טרעפט מען אים שוין אלץ חברי דבי דינא נאך דעם שרייבט ער א בריוו וואס דאס דארף קימען פין די דריי דיינים א ענטפער אויף זייערע טענה אז זיי זענען נישט מחיוב צי גיין צי דין תורה מיט א מסור אבער ווער שרייבט עס אינטער ווידער ספרא דבי דינא. ווער האט אים געפרעגט דא ווארט מען אז די דיינים זאלען ענטפערען. אבער ניין דער שרייבער ער איז דער וואס האט אנגעפאנגען ענטפערען שאלות אין תשיבות ביים בי"ד לאמיר גיין ווייטער בי"ד האט באשלאסען צי זיך וויסענדיג מאכען אין ענטפערען אז זיי זענען גרייט צי גיין צי א דריטען בי"ד אויב זיי מיזען בכלל גיין צי די"ת שרייבען זיי א בריוו אז זיי ווילען גיין צי א דריטען בי"ד מיט די אורח מישור ליצים. אין זיי געבען 3 נעמען פין אנדערע בתי דינים שרייט ווידער ר' מענדל גאלד ער איז נישט דער בר פליגתא דא אין ער גייט נישט צי קיין דין תורה מיט קיינעם אין זיין הזמנה גייט וויטער אן אין ער הייבט אן צי סטראשענען אז ער קימט ארויס מיט א סירוב אבער דא האט עפעס פאסירט פליצלינג גאלד דרייט אויס דעם רעדעל אין יעצט וויל ער שוין יא גיין צים דריטען בי"ד אבער דא קימט דוד מסור אין שרייט ניין ער וויל אז מען זאל גיין מיט עם נישט מיט אורח ליצים פיינעלי האט גאלד אויסגעפירט אין דוד האט מסכים געווען. קימט ווידער דער איבער געקליגטער גאלד אין זאגט פארען מסור דוד ער זאל אנריפען מכון להוראה אז אורח ליצים איז גרייט צי קימען צי די"ת פרעגט דער ספרא דדיינא פין מכון להוראה דוד ווער ביסטי נישט אויף דיר ווארט מען דא קיינער ווייסט נישט פין דיר דא ענטפערט דער מסור ער האט באקימען פינעם לץ גאלד די ראבער סטעמפ פין אורח ליצים אין ער קען דערמיט טין וואס ער וויל. שיקען ווידער דער אורח ליצים א בריוו פאר בי"ד קהל יראים אז זיי האבען גערעדט מיט מכון להוראה אין זיי געבען א אויסוואל פין אפאר אנדערע טעג וועלעכער איז גיט פאר זיי. גייט בי"ד קהל יראים זיי ווילען איבער געבען פאר מכון להוראה וועלכער טאג איז גיט פאר זיי זאגט מכון אינז וויסען נישט פין וואס עטץ רעדס אורח ליצים האט דא קיינמאל זיך נישט פארבינדען לגבי דעם דין תורה. אויף דעם ארויף שרייבט בי"ד די לעצטע בריוו
נשלח ב-23/3/2010 20:58
wow!!! וואספארא חידושים עס ווערן היינט נתחדש!
הערט עט'ס א נייע מין טענה?: איך גיי נישט צו דין תורה, ביז די בית דין המזמין גייט נישט צו א אנדערע בי"ד זאגן אז איך וויל תובע זיין קעגן דאס מיך רופן צו דין תורה. (איך גלייב אז רוב ליינער וועלן מוזן דריי מאל איבערליינען די צוויי שורות ביז זיי וועלן פשוט כאפן די מציאות'דיגע חלק פון דעם פאטענט. עני טיילענאל עוועילעבל?)
רע-בנים?? לצים!!!
נשלח ב-23/3/2010 23:48
פייוו בארא האט מיט אפאר טאג ציריק געפענט א אשכול מיטן נאמען מכתב גלוי דארט האט ער געשריבן זיינע מאטיווען מיטען שרייבען דא, זעט אויס אז ער האט זיך געכאפט אז ער האט מגלה געווען א סוד וואס קען עם שאטן, אין קיינער וועט מיט עם נישט ציען קיין שמיעס דא אין פארק, האט ער עס אראפ גענימען צייטליך, דענס מאל האב איך מגיב געווען דערויף אין געסעפט אפאר אויסציגן פינעם מכתב גלוי אזוי שרייבט פייוו בארא אין זיין מכתב גלוי,
איך בין בכלל נישט דא צי ענטפערן אויף וואס מען שרייבט &פאר ווער עס שרייבט , נאר מיין ציל איז, אזוי וויעס איז דא אנ"ש וואס ווערן פארגיפטט פון די ענקערע תגובת, בין איך דא פארדעם אז ווען איך זע א תגובה וואס קען שאטן פארן אנ"ש ווען ער ליינט דאס, געב איך צי עפעס כדי אוועק צי נעמן די השפעה,
איי עם סארי איך האב דיר פארגעסען צי שרייבען ר' פינעווער די קהל יראים בי'ד האלטען אז דוד עקשטיין האט א דין ווי א מסור אזוי ווי עס שטייט בפירוש אין שלחן ערוך ממילא זאגען זיי אז מען דארף זיך נישט שטעלין צי דין תורה מיט עם אין דאס שרייבען זיי טאקע צים אורח ליצים אויב האלטען ענק אז יא אין קהל יראים בי"ד האלט אז נישט זענען זיי גרייט צי גיין צי א דריטע בי"ד אין דעם פאל האבען זיי געגעבען דריי נעמען אין זיי וועלין אינטער שרייבען שטרי ברירין דארטען אין אויף דעם ווארטען זיי יעצט אבער ווי באלד דער אורח ליצים טרייען צי גיין מיטען קאפ אין וואנט אריין אין דעם פאל איז עס געווען אז דער מסור האט אליין געריפען מכון להוראה אין געזאגט זיין נערישע סטעטמענט מיטען ראבער סטעמפ וואס עס דערמאנט אפשר ווען דער מסור שוטה האט געזאגט פאר די פאליס ביים סוער אז ר' קלמן ווייס הויז איז זיין הויז אין די רעבעצין נעמט לעקטער אן זיין רשות האט אין דעם פאל דער קהל יראים בית דין באשלאסען אז ווי אזוי וועט מען וויסען אז מכון להוראה האט טאקע אנגענימען דע קעיס טאמער וועלין זיי שיקען א הזמנה אבער למעשה ווארטען זיי נאך אבער דער אלעף שעמאס ערשטער רעדנער אין פרעדיגער סטראשעט אז ער געט א סירוב ווייל ער וויל זייער שטארק פירען דעם דין תורה ווייל עקעלשטיין מסור האט באצאלט אפ פראנט 20 אלפים. נא מיר קענען קוים ווארטען אויף זיין סירוב דאס וועט נאר זיין א כבוד
אין אפשר וויסטי ר' פינעווער פארוואס דער הייליגער בי"ד אין קרית יואל אין די כולל בילדינג פין שלום ווייס האט נישט געוואלט אן נעמען די דין תורה אדרבה פארצייל אינז זיי אינז מהנה דער עולם וועט זיך האלטען אין די זייטען וואס זיי האבען גענטפערט פארען מסור דוד בן פעסיל
נשלח ב-24/3/2010 04:57
משה פאר וועם ענטפערסטו? צי איינער וואס האט געשריבן אז ער רעט נישט צי דיר,
אזוי שרייבט פייוו בארא אין זיין מכתב גלוי,
איך בין בכלל נישט דא צי ענטפערן אויף וואס מען שרייבט &פאר ווער עס שרייבט , נאר מיין ציל איז, אזוי וויעס איז דא אנ"ש וואס ווערן פארגיפטט פון די ענקערע תגובת, בין איך דא פארדעם אז ווען איך זע א תגובה וואס קען שאטן פארן אנ"ש ווען ער ליינט דאס, געב איך צי עפעס כדי אוועק צי נעמן די השפעה,
ע"פ הלכה איז א בי"ד נישט מחיוב זיך צו שטעלן צו די"ת איבער זייער פסק אזוי ווי מאיר דייטש מיט אברהם הערש וויינשטאק זאלן רופן די עדה צו די"ת פארן ארויסגעבן די פסק קעגן זיי אדער יוסף וואלדמאן זאל רופן ר' געציל מיט שארמאשער רב מיט ר' ישראל חיים מנשה וואלטן אלע געענפערט אין מערערים אחר פסק בי"ד
די חילוק איז אויב איז דער פסק בי"ד שלא לטובת צד מהר"א דאן איז די נישט אויסגעהאלטן און מ'קען זיי רופן צו די"ת און זיי זענען מחויב זיך צו שטעלן דעס איז פשוט פאר יעדעם איינעם
אבער דא זענען די חברי בד"ץ געגאנגען לפנים משורת הדין און יא געענפערט דעם הזמנה אז זיי זיכן דא זיך נישט זעך ארויסצודרייען, אבער זיך צושטעלן מיט דוד עקשטיין וואלט געווען א מכשול לדורות יעדער קל מהיום והלאה וועט וויסן ער קען טון כל מה שלבו חפץ און ווער ס'וועט ווייגן ארויסצוקומען מיט א קרום ווארט וועט זאפארט באקומען א הזמנה,
אבער ווי געשמיעסט די רבנים האבן געענפערט פאר אורח מישור דאס אויב זיי ווילן נישט אננעמן בי"ד תשובה האבן זיי די ברירה אריינצונעמן א אנדערע בי"ד אין זיי זאלן פסקענען אויב אורח מישור קען דאס טון,
ווער עס קען פועלן ביי ר' מענדל גאלד זאל קאפערירן מיט די רבנים וואס זענען גרייט צו קאפערירן מיט אים, און ארייננעמן א דריטע בי"ד זאל פסקענען וועלעכע בי"ד איז גערעכט זאל ביטע טון דערין ותהא משכרתו שלימה
נשלח ב-24/3/2010 17:14
אגב כ'האב דורכגעקוקט די לומדישע בריוו ווי גאלד פרעגט אפ די תשובה פון בי"ד דקהילת היראים, כ'ווייס נישט וויאזוי א מענטש איז גרייט זיך אליינס צו מבזה זיין מיט א עם הארצישן בריוו אלעס פאר דע פאר טאלער,
אלע זיינע מראי מקומות ווי ער פרעגט אפ בי"ד'ס תשובה רעדט מען ביי א נידון אויף דיני ממונות, אבער ביי א מוסר ישראל או ממון ישראל לעכו"ם ווערט נישט דערמאנט א רמז כלשהוא אז דער מסור קען רופן בי"ד צו די"ת, איי ער טענהט אז ער האט געהאט היזק ממונות, איהו דאפסיד אנפשיה בי"ד איז נישט אחראי אויף די נאכווייען פון פסק דין מסור זיי האבן געטון וואס ס'שטייט אין שו"ע און די נאכווייען קומט שוין פון שו"ע נישט פון זיי, זייער נידון איז דא נישט געווען דיני ממונות,
ער טענהט אז מ'האט דא געפסקענט שלא בפניו און ברענגט א ראיה אז ס'נאר שייך ביי הוחזק לאנסין ומקורב למלכות, ער וויל אבער נישט אריינקוקן אין סמ"ע אז דארט פון וואס ער רעדט, רעדט מען ביי מורידין ולא מעלין צו הארגענען, דעמאלטס דארף זיין הוחזק לאנסין ער ברויך ס'האבן געטון 3 מאל, אבער דא האט מען געפסקענט אז ער האט א דין מוסר און מ'קען אים נישט מצרף זיין למנין, דעס איז א פשוטע זאך אין שו"ע אז ווער ס'מוסר ממון ישראל לעכו"ם אפי' ביים ערשטן מאל איז שוין א מסור, אין שו"ע שטייט נישט, סיי אז מ'מעג אים שוין הארגענען און סיי אז ער ברויך שוין האלטן די דריטע מאל, ס'איז א אנדערע סימן סארא מישמאש דער לץ האט דא געמאכט,
איז דען א פראגע פארוואס ער וויל נישט א דריטע בי"ד זאל אריינקוקן אין די זאך, אדרבה פארוואס האט ער קודם געענפערט די רבנים'ס בריוו?! הערשט נאכדעם וואס די רבנים האבן מודיע געווען אז א דריטע בי"ד זאל פסקענען ווער ס'רעדט צום זאך, אה דעמאלטס האט ער אנגעהויבן שפילן תם'עוואטע אז דא איז א געווענליכע די"ת און מ'דארף קומען צו זיי אן קיין פשרות, איינמעניט נו פארוואס האסטו קודם זיך וויסענדיג געמאכט פון זייער בריוו?! וואס איז געשען יעצט?! זייטס מוחל קומטס צו א דריטן בי"ד זיי זאלן קודם פסקענען וועלעכע בי"ד איז גערעכט, דיין אייגענע בריוו איז נישט קיין ענטפער מר. גאלד
תוקן על ידי כלהנערים ב- 24/03/2010 17:26:34
נשלח ב-24/3/2010 18:57
איך נעם זיך די רעכט, זיך צו ערקלערן זיגער אין די דעבאטע
אין פינעווער קאנסט דיך אנפאנגען ריפען זעקס שטאקיגער פין היינט אין ווייטער אין גערעכטער איך דארף נישט דיין וואט עס איז באזירט אויף די פאקטען פין די הלכה