בית פורומים אידישע געדאנק

געפערליכע זילזול אין כבוד רבינו בעל ברך משה ז"ל !!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/3/2010 22:12 לינק ישיר 
געפערליכע זילזול אין כבוד רבינו בעל ברך משה ז"ל !!!

די כת ארונים קענען נאך אלטץ נישט מוחל זיין פאר'ן רבי'ן די ברך משה אז ער האט געטראכט אנדערשט ווי זיי יעצט זענען זיי ארויס מיט א פרישע א טאקע אקעגן דעם רבי'ן אין זייער בירור וועגן די ענין מרא דאתרה אין ק"י זיי האבן ארויס געגבען א ביכל  דראך בלאט שרייבערס מיט הייד פארק שרייבערס מיט די פען נאמען רבני הכולל ווי זיי שרייבן אראפ ארויפן פאפיר נישט מער אין נישט ווייניגער" אז סאיז געווען ביי רבינו בעל ברך משה א בחינה פין קפץ עליו זקנה" רח"ל אזוי צי שרייבן אויף א רבי לאמיר זעען ווי נאך אין די וועלט וועט אזאנס פאסירן אז מענטשן וואס ריפן זיך נאך חסידים זאלן אזוי שרייבן אויף א אייגענע רבי ז"ל סאיז נישט צים גלייבן ווי זיי זענען אנגעקימען נאר לאמיר האפן לא אלמן ישראל מוועט זיך אנעמען פאר'ן כבוד פין איזער רבי ז"ל וואס זיי פארבירן אזוי מבזה צי זיין ווי קיינער האט זיך נאך נישט געטרויט אזוי צי שרייבן אויפ'ן רבי'ן אזאליכע שרעקליכע ווערטער!!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2010 23:09 לינק ישיר 

פארוואס האט 5 בארא געדארפט עפענען א עקסטערע אשכול ווען איך שרייב שוין דא פין די מעכטיגע באמבע פין די ארונים עפעס דריקט עם ווייסט איינער וואס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2010 04:12 לינק ישיר 

איך פארשטיי ניט, אויב ס'טאקע געווען קפץ עליו זקנה ברויך מען דאך דאס וויסן, ס'איז דאך א גרויסער נפק"מ להלכה למעשה, ס'איז דאך דא א חלק התורה בהלכות גוברין יהודאין ביי די סארט פעלער, דו ווילסט עס אזוי אין גאנצן אויסרייסן ווייל ס'שטימט נישט מיר דיר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2010 14:45 לינק ישיר 

ווער איז

נעם דיר נישט צום הארצן פון די ראטן, זיי קענען דעם ברך משה נישט מבזה זיין,
זיי קענען דעם היינטיגן סאטמאר'ן רבי'ן שליט"א נישט מבזה זיין,
זיי קענען דעם שארמאש'ער רב נישט מבזה זיין,
און אפילו הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א קענען זיי אויך נישט מבזה זיין.

הכל לפי המבייש והמתבייש.
דעם פסח ווערט 11 יאר וואס רביה"ק בעל ברך משה האט געזאגט פאר ר' אהרן אז ער גייט צוטיילן סאטמאר.
כאטש דעמאלט האט עס אויסגעקוקט ווי א חלום, זעט מען היינט ווי עס איז מקוים געווען יעדעס ווארט.
3 יאר שפעטער ווען ר' אהרן איז געגאנגען אין קאורט האט רבינו ברך משה געזאגט אז בנו ר' יקותיאל יהודה וועט מסדר קידושין זיין אין קרית יואל, בשעתו האט עס אויסגעקוקט ווי א חלום, היינט איז עס שוין א ווירקליכקייט.

זיי קענען "מברר זיין" אז ער האט געקאלעכט! אבער וואס ער האט געוואלט אין די עלטערע יארן איז בסייעתא דשמיא געווארן אדרוכגעפירט.
פעולתו עומדת לעד!





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 22:27 לינק ישיר 

איין שיינע זאך האב איך געטראפן אין דעם מיסט קאסטן.. א קונטרס מיט זיופים און שקרים אז ס'רופט ארויס א הילכיגן געלעכטער ביי יעדן וואס איז העכער פיר און צוואנציג יאר אלט..

זיי שרייבן דארט מיט "געמאכטע תמימות" אן אייגן אראפגעשטעלטע הלכה, אז "מ'מוז פאלגן נאר דעם יחיד (און באצאלטער פעיראל דיין) ר' געציל", ווייל... ער איז דער איינציגסטער דיין אין קרית יואל וואס רביה"ק האט ממנה געווען..

לפי זה, לויט זייער נייער חידוש, דארף מען אין וויליאמסבורג נאר צוהערן צו די פסק פון הגה"צ הראב"ד שליט"א, ווייל ער איז דער איינציגסטער דיין ואס איז נתמנה געווארן אין ווימ"ס דורך רביה"ק..

יישר כח פאר די נייע הלכה

אצינד, דארפט איר מקבל זיין דעם ראב"ד'ס פסקים, אז די גאנצע ארונישע קליקע מיט די פירער איז א קשר בוגדים, וכו' וכו' לפי די פסק פון "דעם איינציגסטן דיין וואס איז נתמנה געווארן דורך רביה"ק זי"ע אין וויליאמסבורג"..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 22:39 לינק ישיר 

האט דער רבן של אלע יודן געזאגט א מיינונג וועגן די האט קאפס אדער די ווערעם אין די וואסער?
 
איך מיין אז נישט ממילא קימט אויס אז ער וועפ שוין נישט אזוי?

דעס איז דאך די שטערקסטע באווייז אויף דעם רבי'ן ז"ל אז ער אין שוואך געווען די לעצטע יארן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 23:09 לינק ישיר 

אויב איז א דאס אז דער ברך משה האט נישט גערעדט וועגן די ווערעם און וועגן האט-קאפס א סימן אז ער האט געקאלעכט... דאס קאלעכט אויך דער סאטמאר ק"י רבי!

ער האט קיין ווארט נישט געזאגט וועגן די מאסקאווי קאטשקעס!...

לאכט נישט... אזא פנים טראגט דער קונטרס.. נאר יעצט קומט צו נאך א ראי', די פאקט אז ער האט אטאקירט דעם ברידער'ס ווייץ אין די צייט וואס זיינע חברה האבן געשניטן אין זעלבן טאג און אין זעלבן פעלד...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 00:00 לינק ישיר 

אין ער האט זיך נישט געלאזט הערן זיין מיינונג ביי די געפערליכע מכשול פין סידור קדושין

לאמיר אוועק לייגן די דאטום ווען ר' חיים הערשלע מיט ר' מענדעלע וועלן זיך קריגן זאל מען געדענקן די דאטום ווען ער האט אנגעהויבן צי קאלכען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 04:10 לינק ישיר 

דעם חול המועד האב איך געליינט דעם נארישן קונטרס וואס קהל יטב לב (בערנאדא) האבן ארויסגעשיקט אויף די פאסט קעגן רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע, פול מיט ליצנות און דברי זלזול.

 

איין זאך קען איך דערויף זאגן,

די שוטים זאגן אז א צדיק העכער די 80 יאר קען שוין נישט טוישן זיין מיינונג

אבער פון די אנדערע זייט פרובירן זיי צו מאכן ליצנות פון דעם גאון וצדיק רבי משה מנחם טירנויער שליט"א דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל, וואס איז געשטאנען אלע יארן געטריי לימין קדשו פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, וואס כאטש ער איז נאכנישט קיין אכציג יאר האלטן זיי אז ער האט נישט קיין רעכט צו האלטן אנדערש ווי פאר צוואנציג יאר צוריק.....

 

חכמינו ז"ל זאגן אונז

זקני תלמידי חכמים כל זמן שמזקינים דעתן מיישבת עליהן, רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וואס די וואך פאלט אויס זיין הייליגע יארצייט, האט זוכה געווען שוין אלט זייענדיג אין די אכציגער יארן מעמיד צו זיין הדת על תילה, און אוועקשטעלן זיין זון כ"ק מרן רבינו מהרי"י שליט"א וועלכער האט אפגעראטעוועט די הנהגה פון סאטמאר, ווען כמעט יעדער איז שוין געווען רעזיגנירט צום פאקט, אז מען וועט האבן א פירער פון וועמען עס וועט זיך גיסן "חכמה" מיט שטעכווערטער, געמישט מיט "באבקעס" און איידעלע אויסדרוקן.... פלוצלונג האט אויפגעשיינט דער אור פון רבינו שליט"א, צו די שמחה פון טויזנטער סאטמאר'ע אידן.

 

די אהרונים זענען מעתיק שטיקלעך פון די דרשות פון הגה"צ רמ"מ טירנויער שליט"א, אז מען טאר נישט צוברעכן די הנהגה, און מען דארף זיך צוזאמענהאלטן אונטער די הנהגה פון רבינו בעל ברך משה זצ"ל. יעצט ווען אזא איד זאגט אז מען מעג יא מסדר קידושין זיין אין קרית יואל, און דאס הייסט נישט צובראכן די הנהגה, און ספעציעל ווען עס קומט פון דעם גאון וצדיק וואס האט שוין מעמיד געווען טויזנטער תלמידים, וועלכע פירן הערליכע אידישע שטובער, און האט זיך אלע יארן מוסר נפש געווען פאר סאטמאר, איז דאך קלאר אז דאס איז די ריכטיגע דעת תורה,

און ער איז נאך געווען אזוי געטריי צום הייליגן ברך משה זי"ע ווי הרה"ג ר' געציל שליט"א.

וואס טראכטן די אהרונים אז מיט אביסל ליצנות וועלן זיי קענען מבטל זיין זיינע ווערטער?

און באמת איז ער דאך גערעכט

סאטמאר'ע אידן דארפן זיך צוזאמען האלטן באחדות, אונטער די הנהגה פון די חכמי התורה, ורבנים המובהקים דקהלותינו, ובראשם דער מנהיג רוחני כ"ק מרן רבינו שליט"א..

 

עס איז איבעריג צו זאגן ווי שטארק מען זעט וויאזוי עס איז מקוים געווארן דער "רצון יראיו יעשה"

רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט אוועקגעשטעלט (טאקע בסוף ימיו ובשארית כוחותיו)

בנו חביבו כ"ק מרן רבינו שליט"א אלס אב"ד בקהלתו, און ס'איז נתקיים געווארן דער "אם חכם בני ישמח לבי גם אני".

און געלאזט צוואה ער זאל ממלא מקומו זיין, וכאשר גזר כן היה!

רבינו שליט"א איז היינט דער מנהיג ישראל פון אלפים ורבבות אידן, און פירט אן מיט די מוסדות הקדושים איבער די גאנצע וועלט, יעדער וואס וויל זיין א סאטמאר'ער חסיד, און אנהאלטן דעם קשר צו רבינו הקדוש בעל ויואל משה זי"ע, מיט די ריכטיגע השקפה, און הכנעה צו הנהגת התורה, געהערט זיך אן צו די ערליכע קהל יטב לב דסאטמאר.

 

און בעזרת השם יתברך האט רבינו שליט"א שוין באוויזן ממלא צו זיין דברי קדשו פון זיין גרויסן טאטן און מסדר קידושין געווען אין קרית יואל

 

והיה המחנה הנשאר לפליטה גדולה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 06:30 לינק ישיר 

REB GETZIL BECAME DATEN AFTER THE REBBE ZCHISOI YUGEIN ULEINY 80 YEARS



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 06:37 לינק ישיר 

THE REBBE ZCHISO YUGON ULEINI WAS NOT AGAINST REB GETZEL UP TO THE 80 YEARS


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 08/04/2010 06:39:26




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 06:56 לינק ישיר 

דאס איז ענקער גרויסער לצנות, און ענק ווייסן עס זייער גוט, די ארונים זאגן נישט אז ווייל ער איז געווען העכער 80 יאר דארף מען איהם נישט פאלגן, דא איז דא נאך 4 יסודות'יגע אנדערע פאקטורן וואס געבן צו צים טענה אז די אלע הוק-אפ הוראות האט נישט קיין תוקף להלכה

1. דער פאקט אז ער איז נישט געווען בדעתו ובתקפו כבתחלה, דאס איז א פאקט, קיינער קען עס נישט פארלייקענען, ער האט נישט געהאלטן קיין שום דרשות, קיין שום רבנים האבן מיטאמאל אנגעפרעגט זיין דעת קדשו בדברים העומדים על הפרק, [אויסער די סאטמארע דרעק], עטס האלטס נישט אז דאס איז געווען א חוצפה מצד הרבנים, אלא מאי האט יעדער געוויסט דער סוד פון גאנץ בראד, אז דער סאטמאר רבי איז ליידער מער נישט אין די פעדערן, און דאס ברויך מען צו וויסן ווייל עס כאפט א שטארקע נפק"מ להלכה למעשה. 

2. די אלע נייע הוראות זענען געקומען מיט קריאזע אופנים שלא כדרך העולם ולא כשכל אנישי, אדער מיט א הוק-אפ אדער א בריוו,ווען ער האט גערעט צו די באטראפענע מענטשן פנים אל פנים האט ער קיינמאל נישט פארגעהאלטן אדער מרמז געווען די אלע ענינים

3. די אלע הוראות זענען געווען היפוך רצונו כל ימי חייו משנים כתיקונם

4. עס זענען די 2 עדים כשרים וואס האבן עדות געזאגט פאר אן ארון קדוש פאר א ציבור אידן, אז דער ברך משה האט זיי איבערגעגעבן זיין רצון בנוגע די הנהגה, און ער האט מבטל געווען אויף להבא אלע שפעטערע הוראות וואס איז להיפך די דאזיגע הוראה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 10:45 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
די ארונים זאגן נישט אז ווייל ער איז געווען העכער 80 יאר דארף מען איהם נישט פאלגן,

זיי האבן טאקע נישט באמת א פראבלעם מיט 80 יאר, זיי האבן א פראבלעם אז ער זאגט זאכן וואס עס שמעקט נישט פאר זייער רא"ט. ממילא די רגע וואס ער האט אויפגענומען זיין זון ר' זלמן לייב פאר מרא דאתרא אין וויליאמסבורג באותו היום האט ער זיך געעלטערט און איז געווארן 80 יאר, און פון דארט און ווייטער טאר ער מער נישט זאגן קיין מיינונגען.

א איז דא נאך 4 יסודות'יגע אנדערע פאקטורן וואס געבן צו צים טענה אז די אלע הוק-אפ הוראות האט נישט קיין תוקף להלכה
הוק-אפ הוראות ווייס איך נישט דעם תוקף להלכה, אבער שטרות וואס א מענטש שרייבט האבן א תוקף להלכה!

1. דער פאקט אז ער איז נישט געווען בדעתו ובתקפו כבתחלה, דאס איז א פאקט, קיינער קען עס נישט פארלייקענען, 

ער מוז נישט האבן געווען בתקפו כבתחילה, עס איז דא הלכות אין שולחן ערוך וואס עס הייסט בדעה צלולה עס זאל האבן א תוקף להלכה, און די רבנים וואס בפניהם האט ער אונטערגעשריבן האבן דאס מברר געווען ממילא זענען די שטרות בתוקף להלכה.

2. די אלע נייע הוראות זענען געקומען מיט קריאזע אופנים שלא כדרך העולם ולא כשכל אנישי, אדער מיט א הוק-אפ אדער א בריוו,ווען ער האט גערעט צו די באטראפענע מענטשן פנים אל פנים האט ער קיינמאל נישט פארגעהאלטן אדער מרמז געווען די אלע ענינים
סתם בלאט טענות, אדער כלשון רא"ט "באבקעס". די צוואה און די אלע הוראות בנוגע די הנהגה פון רבינו מהרי"י שליט"א זענען געטאן געווארן פראפעסיאנאל, מיט דאקומענטן און עדות. אבער אז עס שמעקט ענק נישט איז עס קוריאז, משא"כ די נארישע עד אחד'שאפט פאר צוויבל און פאר האראוויץ, וואס די גאנצע שמועס איז איין שטיק קוריאזקייט, דאס רופסטו "עדים כשרים"...

3. די אלע הוראות זענען געווען היפוך רצונו כל ימי חייו משנים כתיקונם
שקר. ער האט קיינמאל נישט געזאגט ברבים רצון קדשו בנוגע וויליאמסבורג,
אז ר' אהרן האט זיך איינגערעדט, און יענעם איינגערעדט אז ער גייט אלעס האבן, איז דאס נאכנישט דער רצון פון רבי'ן זי"ע דער ברך משה,
ווען דער רבי האט אויפגענומען זיין געראטענסטע קינד, וואס איז די מערסטע פאסיג פאר דעם אמט, און ר' אהרן האט זיך גענומען בונטעווען און זיך מתחצף זיין קעגן זיין טאטן, און זיך דערוואגט אים צו רופן בערכאות, האט דער רבי געגעבן רשות פאר רבינו שליט"א צו עפענען מוסדות און מסדר קידושין צו זיין אין קרית יואל.
און אזוי ווי ער האט שטענדיג נישט דערהויבן קיין מחוצפים וואס ווילן צוברעכן די הנהגה, אזוי איז ער יעצט ארויס זייער שארף קעגן דעם רא"ט וואס האט געוואלט צוברעכן זיין הנהגה. אזוי ווי כל ימי חייו משנים כתיקונם.

4. עס זענען די 2 עדים כשרים וואס האבן עדות געזאגט פאר אן ארון קדוש פאר א ציבור אידן, אז דער ברך משה האט זיי איבערגעגעבן זיין רצון בנוגע די הנהגה, און ער האט מבטל געווען אויף להבא אלע שפעטערע הוראות וואס איז להיפך די דאזיגע הוראה.
ווי געזאגט איז דאס נישט קיין "צוויי עדים" אויף איין זאך, נאר צוויי עקסטערע "עד אחד'ס" וואס האבן נישט קיין תוקף להלכה, און עס גלייבט זיך נישט אז דער ברך משה וואס איז געווען באקאנט אלס איש חכם, און דערצו א דיני ממונות דיין בשנים כתיקונם, און געוויסט וואס עס מיינט סכסוכים, קען דאך נישט זיין אז ער האט איבערגעלאזט זיין מיינונג בהנהגה אויף אזעלכע פאצערישע עד אחד'ס, געזאגט אויף אזא קוריאזן אופן, אן קיין תוקף להלכה.


איך פארשטיי אז דו מוזט זיך שטארק אנהאלטן אין דיינע טענות, ווייל אויף דעם שטייט דער יסוד פון ענקער פארטיי, און מיט דעם מוז מען פארענטפערן אלע חוצפות קעגן ברך משה, דאס גיין בערכאות, און דאס איבערדרייען די הייליגע טישן, און דאס מתנהג זיין באדמורו"ת בחיי אביו, און נאך אסאך דברים אסורים ווערן פארענטפערט מיט די טענה אז דער רבי האט געקאלעכט, און וועגן דעם האט מען פארשפרייט זיינע פריוואטע מעדיצינישע אינפארמאציע בדרך בזיון גדול, אלעס צו פארענטפערן די אלע געפערליכע עוולות, וואס רא"ט האט אפגעטאן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 15:45 לינק ישיר 

ווער_איז כתב:
האט דער רבן של אלע יודן געזאגט א מיינונג וועגן די האט קאפס אדער די ווערעם אין די וואסער?
 
איך מיין אז נישט ממילא קימט אויס אז ער וועפ שוין נישט אזוי?

דעס איז דאך די שטערקסטע באווייז אויף דעם רבי'ן ז"ל אז ער אין שוואך געווען די לעצטע יארן





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/4/2010 01:15 לינק ישיר 

געהאט א טשענס צו אריינבליקן אין די פאמפלעטן, סך הכל אין איין ווארט, די גאנצע זאך "א הילכיגער מיואש'דיגער געוויין".....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/4/2010 04:20 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
דאס איז ענקער גרויסער לצנות, און ענק ווייסן עס זייער גוט

מיר ווייסן גארנישט, מיר ווייסן וואס רוב סאטמארע דיינים פסקענען איבער די תוקף פינעם בריוו להלכה

יא אויב וויל מען מדייק זיין מיט די האט קאפס און די ווערעם און די מעדיקעל רעקארדס קען איך דיר די זעלבע ברענגן 10 ראיות אז סאדאם כוסעין לעבט נאך און אז בוש מיט טשעיני האבן אראפגעברענגט די טווין טאוערס און אז די גאנצע האלאקאוסט איז א דמיון, און איך האב אויף דעם אלעם קלארע באווייזן וואס דו קענסט נישט לייקענען!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > געפערליכע זילזול אין כבוד רבינו בעל ברך משה ז"ל !!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext