האמתנעדרת
איך ווייס אז פאר די ווערטער וואס איך גיי דא שרייבן גיי איך באקומען אזוינע קולות וקללות, אבער איך האלט מיר נישט צוריק פאר איין סיבה, ווייל איך וויל פארשטיין וואס דא גייט פאר, איך נעם נישט קיין שטעלונג, איך פרעג נאר, ילמדינו חברינו.
שאלה: איז דא איינער וואס לייקנט אז ער זאל האבן געטון מעשים מגונים, און מחטיא געווען את הרבים?
תשובה: איך האב נאך נישט באגעגנט איינער וואס זאל עס לייקענען.
שאלה: וואס איז די עונש על פי תורה אויף אזעלכע מעשים?
תשובה: קוקט נאך נעקסטע וואך אין די סדרה, הארבער ווי תפיסה.
נו אויב בין איך גערעכט ביז אהער, זייט מיר מסביר וואס א מין רחמנות ליגט דא אויף דעם איד, איינער וואס האט אפגע'הרג'ט צאן קדשים אויף אייביג, ברוחניות, און אסאך אויך בגשמיות, און עס איז נישטא דא אפילו איינער וואס האלט אז ס'קומט אים א עונש?
עלטערן מאכן נאס די קושן פון זייער בעט, משפחות שעמען זיך מיט זייערע געשוויסטער ווי אזוי זיי קוקן אויס א דאנק אים, אויף זיי האט קיינער נישט רחמנות?
אתמהה
============
איך האב איין תירוץ, ס'מוז זיין אז ס'איז הוילע שקר, דער איד האט אין זיין לעבן נישט מכשיל געווען א צווייטן.
און ס'איז פשוט א עלילת דם.
נו ענטפערט ביטע אלע, בין אין גערעכט מיט מיינע לעצטע ווערטער, אדער מיט די ערשטע ווערטער?
איך בעט מחילה אויב איינער ווערט געטשעפעט פון מיינע ווערטער, אבער איך וויל פארשטיין שכל'דיג און תורה'דיג, און איך בין דאנקבאר ווער עס קען מיר עס מסביר זיין נארמאל.
דאס האב איך גענימען פון פורום "כל העולם כולו" ווי איך האב נישט קיין רשות כתיבה, וועל איך דא ענטפערען:
דער מנובל האט שוין מכשיל געווען אומצאליגע אידישע קינדער געמאכט פון זיי אוממענטשען נישט צי ג-ט און נישט צי לייט, איצטער וויל ער רחמנות, זאל ער פארפוילט ווערען אין חד גדיא - ובערת הרע מקרבך.
******* type="text/">menuMgr25480186.renderMenubar();>