היות ווען עס מאכט זיך א קאכעדיגע נושא ווערט א צופארעניש, עס עפענען זיך חדשים לבקרים פרישע אשכולות ווי די נושא ווערט דעבאטירט צו אנדערע אספעקטן.
עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז מערערע אשכולות וואס דעבאטירן די זעלבע נושא איז זייער נישט געשמאק דעריבער איז כדאי זיך צו האלטן צו איין אשכול.
אויב פארשטייט איר אז די ספעציפישע אינצידענט פארדינט א באזונדערע אשכול ביטע טראכט צוויי מאל אויב עס איז באמת כדאי.
אין פאל איר פארשטייט אז יא, קענט איר עפענען א באזונדערע אשכול, "אבער" איר דארפט אריינלייגן א לינק פון אייער אשכול אינם "מפתח הנושא" אשכול.
מיר וועלן גאנץ שנעל פארמאכן א דאפעלטע אשכול אויב מיר פארשטייען אז די ספעציפישע אינצידענט האט יא א מקום אינם הויפט אשכול.
מיר הייבן אן דעם סיסטעם יעצט\דא, מיט די נושא פון די חילול קברים וועלכע שוועבט אויף די קברים אין אשכלון.
-------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
הויפט אשכול - חילול הקברים - אשקלון - תש"ע