בית פורומים אידישע געדאנק

פרשת "קליווער גט" תש"ע, די אהרוינישע פריוו ארייצולייגן פאליטיק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/4/2010 21:55 לינק ישיר 
פרשת "קליווער גט" תש"ע, די אהרוינישע פריוו ארייצולייגן פאליטיק

יעדער וואס הערט אביסל וואס טוט זיך אין גאס ווייסט אז עס קאכט זיך לעצטנס וועגן א פרוי וואס האט חתונה געהאט בזיווג שני און דער אינגערמאן איז געלאפן צו צענדליגע רבנים מערער זיין אויפן גט רח"ל

מאכט נישט קיין טעות, איך בין אין קיין שום וועג נישט פארבינדן מיט איינע פון די צוויי צדדים און אויך נישט צו די רבנים וואס זענען פארמישט אין די פרשה.

איך האב נישט געפענט דעם אשכול עס זאל ווערן א פלאץ צו גיסן שפעך און שוועבל קעגן איינע פון די צדדים און אוואדאי נישט קעגן די רבנים וואס זענען פארמישט.

אין גאר קורצן גייט די מעשה אזוי, א אינגערמאן האט אסאך יאר זיך געדרייט אויף דער וועלט און איז כמעט נישט געווען אינדערהיים, ער פעלגט אהיימקומען פאר א גאר קורצע תקופה זיך איבערבעטן און נאכדעם ווייטער נעלם ווערן, אפיציעל האט דאס געהייסן אז ער וויילט ביי א זיידע וואס דארף אים האבן צו די הענט, למעשה טענה'ט די פרוי אז זי האט אסאך מאל דערוויסט אז מען האט אים גאנצעטע וואכן בכלל נישט געזען אין די געגענט פונם זיידן וחוץ מזה איז איר אזא לעבן נמעס און זי וויל א גט, די שלעגעריי איז אנגעגאנגען א סאך יאר אינדיצייט וואס דאס פארפאלק האט אנגעיאגט אראפצוברענגען פיר קינדערלעך נעבעך.

סוף סוף איז פאר די פרוי געלונגען צו באקומען א גט זי איז א כלה געווארן בשטומ"צ און חתונה געהאט. עטליכע שעה פאר די חופה איז אנגעקומען א בריוו פון אב"ד לאנדאן הרב פאדווא ובית דינו צום נייעם מאן אז היות געוויסע פארמעסטן זיך מערער צו זיין אויף די כשרות הגט זאל ער זיך האלטן שטארק און גיין אינטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת.

די רידעריי האט זיך נישט אפגעשטעלט און עס פארן נאך בריוון פון אלע זייטן. פארשטייט זיך אז רוב פון די בריוו זענען פון רבנים. פארט זענען פארהאן געוויסע פארשוינען וואס מישן אין טעפל און זייערע ווערטער און געדאנקען פארדינען ניטאמאל א בלינק נישט די אויג.

ביטע זיך הלאטן אויף די טרעקס מיט ריינע לשונות און אן הוצאת שם רע. אויב ווילט איר שרייבן אז זי איז א אשת איש ביטע לייגט צו א צעטל פון א רב אדער בי"ד וואס באשטעיטיגט דאס.

דערווייל האבן די אהרוינים אנגעהויבן טאנצן כאילו די זאליס זענען צופליקט צווישן זיך אליינס. און זיי ניצן יעצט די זעלבע טאקטיקן וואס זיי האבן שוין פראבירט אן הצלחה אין די פארגאנגענהייט. דאס איז טרעפן א חילוקי דיעות צווישן די זאליס און בני יואל וועלכע זענען צוויי באזונדערע קהלות... די אהרוינים מאכן א קיגל כאילו בני יואל מיט די זאליס זענען איינס און שרייען "זיי רייסן זיך צווישן זיך"

דא אין דעם פרשה פראבירן זיי צו טון די זעלבע איך פארשטיי אבער נישט וויאזוי דאס ארבעט.

דא האט איר א בריוו געשריבן דורך איינעם "בנציון פנחס פריעדמאן" פון קרית יואל, לויט וויפיל איך ווייס איז ער נישט א דיין מטעם די זאליס אדער בני יואל, אויך אינם טעל. ביכל ווי עס זענען פארהאן קרוב צו 40 דיינים אין קרית יואל. ערשיינט נישט דעם נאמען "בנציון פנחס פריעדמאן" אלס א מו"ץ, דעריבער ווערט נאך מער אומפארשטענדליך וואס די אהרוינים ווילן פארדינען דורך מפרסם זיין אזא בריוו, וואס עס ווינדערט מיר נאך מער איז א פראסטער שקר וואס דער פריעדמאן לייגט אריין צווישן די ווערטער כאילו דאס ווייבל האט געגעבן א גט פארן מאן אנשטאד די מאן פארן ווייבל א זאך וואס איז א שקר מוחלט, דער אינגערמאן איז מודה אז ער האט געגעבן א גט נאר ער האט תירוצים פארוואס די גט איז נישט כשר...

אויך וואונדערט מיר פארוואס ער אטאקירט די רבנים כאילו זיי ווילן איינפירן אז די פרוי זאל געבן א גט... אזאך וואס ווארפט א שאטן אויפן גאנצן פערזענליכקייט פונם כותב...





תוקן על ידי משגיחים ב- 16/04/2010 02:21:24




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2010 22:04 לינק ישיר 

דער בנציון דארף נעבעך א דאקטער!!!

נפל ווי עס קוקט אויס ווייסטו נישט פון וועם מען רעדט דא, ווייל ווען יא וואלסטו בכלל נישט געפענט דעם אשכול.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/4/2010 22:09 לינק ישיר 

אז ער דארף א דאקטאר פארשטיי איך אויך ווייל ער פראבירט צו פארקויפן אז דאס ווייבל האט געגעבן א גט.... פארן מאן...

איך וויל נאר פארשטיין, די אהרוינים וואס זענען דאס מפרסם צו ווייזן כאילו די זאליס זענען צוריסן זענען אזאנא באקעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פרשת "קליווער גט" תש"ע, די אהרוינישע פריוו ארייצולייגן פאליטיק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext