|
|
| נשלח ב-15/4/2010 22:06 |
|
| |
ווען מען לעבט אויף "בעקעריי"
באמת קומט זיך א לאנגע אפהאנדלונג וועגן די מחלה וואס באקט זיך אריין אין דעם אהרוינשער לאגער, די וועלט פלעגט רופן די מחלה "בת היענה"..
3 קליינע סעמפלס:
די אהרוינים האבן איינגעפירט א תקנה אז ווער עס עדווערטייזט אין "דער איד" קען נישט עדווערטייזן און מאכן אפילס אין זייערע שולן און צייטונגען (דער בלאט, בולעטין, דשערנאל, כל העולם און נאך). דערווייל שטעלט זיך ארויס אז די אלע וואס האבן זיך דערשראקן און עדווערטייזן נישט אין דער איד עדווערטייזן אין דער בלאט אויך נישט. הצד השוה ביידע צייטונגען דערלייגן געלט, נאך מער פון דעם, עטליכע מוסדות פייפן זיך אריין און עדווערטייזן יא אין דער איד. דאס מיינט אז דער איד האט פארלוירן ווייניגער ווי דער בלאט. וואסט טוט מען?
מען הייבט אן פאמפען אז דער איד מאכט לעצטענס א הערליכע ארבעט און האט ארויפגעארבעט דעם צייטונג אויף הויכע שטאפלען צוליב דעם וואס עס הלאט זיך אינמיטן פארמאכן.........
צווייטע דוגמא:
מהרז"ל פאלנט א ריזן נסיעה וועלכע ווערט אפגערופן צוליב א באבע וואס האלט ביי די גסיסה נעבעך, פארט האלטן די אהרוינים נישט אויס אז די וועלט קוקט ארויס אויף די נסיעה. וואס טוט מען?
מען פאמפעט אז ירושלים רב האט אים געווארנט, אין די צייט וואס זיי זענען גארט די וואס ציטערן יעדע רגע פון א בריוו פון רב וואס וועט זיי אינטערייסן.
דריטע דוגמא:
די עדה החרדית מאכט יעדע יאר שוין פאר אסאך צענדליגע יארן א אסיפה אין ביהמ"ד סאטמאר אהל רחל ביום ה' אייר ווי מען רעדט דרשות בנוגע ציונות, די אהרוינים האלטן דאס נישט אויס אז דאס יאר גייט די אסיפה ווייטער זיין ביי די זאליס אפילו זיי האבן שוין א בית המדרש אין ירושלים, נאך מער דריקט זיי אז אין דעם ביהמ"ד ווי די אסיפה קומט פאר אלע יארן קען מען דאס נישט מאכן צוליב דעם וואס אין די טעג האט מען אנגעהויבן איינווארפן דאס ביהמ"ד ווי מען וועט איבערבויען א נייע און פיל גרעסערע ביהמ"ד, אף על פי וואס די אהורינים האבן א אייגענע שול וועט די אסיפה זיין "אויפן גאס לעבן דאס ביהמ"ד אהל רחל און נישט ביי די אהרוינם. וואס טוט מען?
מען מאכט זיך צו די אויגן און מען פארציילט נישט פאר קיינעם אז דאס ביהמ"ד איז האלב איינגעווארפן און מען פארקויפט פאר די שעפסן אז "די ערליכע ירושלימער אידן ווילן נישט אריינטרעטן דארט"........
תוקן על ידי נפל ב- 15/04/2010 22:14:24
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2010 04:25 |
|
| |
שוין עלף יאר וואס זיי באקן און באקן, ביז זיי ווערן שוין אינגאנצען אפגעבאקן, זיי זענען שוין שווארטץ פון אזויפיל באקן........
האט עס עפעס אויפגעטוהן?
ווער איז געוואקסן דעי עלף יאר, מיט גרויסע פראצענטען???
(ס'קען זיי ס'איז יא א מהלך, ווייל ווען נישט דעם, וואלטן זיי שוין לאנג צוזאם געפאלן,
זענען זיי דאך יא קלוג..)
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2010 07:43 |
|
| |
די פרעגסט ווער איז געוואקסן? גיי אריבער און ישיבה גדולה פון ביידע זייטן און קיק אריין דערנאך פרעג נאכאמאל ווער איז מער געוואקסן, צו קעי דזשעי וואס האט געהאט קרוב צו 1000 בחורים און היינט צוטאגס א קארגע 500 -שוין ברייט גערעדט- אדער ישיבה גדולה און קווינס וואס האלט קרוב צו 800 בחורים. אויב איז אייך שווער אריבער צופארן דאן זאג ווען האט ישיבה קטנה און וויליאמסבורג געהאט א רעקרד פון אריבער 650 בחורים כין ירבו.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2010 16:12 |
|
| |
יא. אבער איך זעה נישט קיין צוזאמשטעל אין נפל'ס דריי דוגמות.
פארוואס פונקט דריי ווען עס איז פארהאן צענדליגער!?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2010 19:59 |
|
| |
איך האב גענומען א דוגמא פון די דריי פעלער, בלי שום קשר און איינס צום צווייטן. אייגענטליך האב זיי יא א קשר... די גאנצע קשר איז אז אלע דריי זענען געווארן געבאקן אין זעלבן תקופה. אמת עס זענען פארהאן גאר אסאך. אדרבה שרייבט וואס איר ווייסט.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|