בית פורומים אידישע געדאנק

ראוז פלאזא דעבאטע !!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/4/2010 21:19 לינק ישיר 
ראוז פלאזא דעבאטע !!!


הימעל און ערד דרייען זיך איבער..... ראוז פלאזא.... נידערמאן ...... ארטיסטען דירות..... ראזענבערג פורץ גדר...  ועוד ועוד.
איך בין שטארק מסופק צו דא איז דא איינער מיט וועם צו גיין צום טיש צו דעבאטירען די אישו, אויב איז דאס מעגליך וואלט איך, אלץ א זאלי, גרייט געווען צו דעבאטירען דעם נושא אויב מען קען זיך האלטען צו די אישו און נישט פארקריכען מיט סתם דעמאגאגיע.
דא זענען פארהאן פארשידענע אישוס וואס מען דארף דעבאטירן.

חלק א'
ראוז פלאזא
וואס איז געווען דער אריגינעלער פלאן פון די לאנד אייגענטומער?
איז דער אנגעגעבענער פלאן געאייגענט פאר אידען צו פאר ארטיסטען?
אויב איז דאס געאייגענט פאר ארטיסטען, האבען די אייגענטימער די רעכט על פי תורה ועל פי יושר דאס צו טוהן?
האבען די קהלה פירער א רעכט צו שתדל'ן ביי די רעגירונג אז די פלענער זאלען געטוישט ווערען צו אן אופן אז דאס זאל זיין מער פאסיג און געאייגענט פאר דעם ציבור?
 
חלק ב'
וואס האט הרב נידערמאן פאקטיש געזאגט און געשתדל'ט ביי די רעגירונג?
האט ר' משה דוד עפעס אויפגעטוהן מיט זיין השתדלות?
אז מען שתדל'ט ביי די רעגירונג נישט צו ערלויבען א דעוועלאפער צו בויען א פראדזשעקט, הייסט דאס מסירה?
די לעצטיגע באריכטען אין די גויאישע פרעסע אין נאמען פון ר' דוד אהרן וויינשטאק, ר' יצחק אייזיק אבראהאם און ר' גרשון שלעזינגער אז ר' משה דוד נידערמאן האט געשיקט אן אימעיל פון זיין רעגירונג סובסעדירטע אקאונט צו שטערען די דעוועלאפמענט פאר פאליטישע מאטיווען, וואס דאס איז קרימינאל פארברעך, איז דאס מסירה?
איבערהויפט אז לויט ווי די צייטונג שרייבט האט קאונסיל פרוי רעניא, וואס ארבעט האנט ביי האנט מיט יו.זשעי.קעיר, געזאגט אז זי האט שוין געזען דעם אימעיל און דאס געשיקט צו די רעגירונג און געבעטען צו עפענען אן אינוועסטיגעישען.
 
חלק ג'
איז הרב נידערמאן א היפאקריט, ווייל ער האט אנדערע פראדזשעקטס נישט געשטערט און מיט דעם ארויסגעוויזען אז זיינע מאטיווען זענען בלויז פאליטיש געצילט קעגען יצחק ראזענבערג.
 
אויב איז דא איינער וואס איז גרייט דאס צו דעבאטירען אין דעם פארמאט אדער אן ענליכען פארמאט און נישט צוזאם מישען די יוצרות, וואלט דאס געווען א גרויסער תועלת אז דער ציבור זאל קענען פארשטיין וואס דא גייט פאר און וועלכער צד איז גערעכט אין די מערכה.. און ווער עס האט געזיגט.......


 
בקיצור נמרץ וועל איך בארירען די אלע אויבענדערמאנטע חלקים כדאי צו ערמעגליכען אנצוהייבען א דעבאטע, ובזה החלי:
חלק א'
ראוז פלאזא
וואס איז געווען דער אריגינעלער פלאן פון די לאנד אייגענטומער?
 
דער אריגינעלער פלאן ווי באריכטעט אין די גויאישע פרעסע איז געווען פאר 800 לוקסיערעזע דירות (חוץ 20% ביליגערע דירות וואס פארלאנגט זיך מינימום לויט דעם געזעץ) קיין איינס נישט גרעסער ווי 2 בעדרום'ס געבויט אין בנינים פון בערך 30 שטאק.
רעסטוראנטען און ביעטש פראנט.
 
איז דער אנגעגעבענער פלאן געאייגענט פאר אידען צו פאר ארטיסטען?
 
קלאר אז דאס וואלט געווען געאייגענט נאר פאר ארטיסטען און נישט פאר קיין היימישע אידען. 
 
אויב איז דאס געאייגענט פאר ארטיסטען, האבען די אייגענטימער די רעכט על פי תורה ועל פי יושר דאס צו טוהן?
 
ניין, זיי האבען נישט די רעכט מכמה סיבות.
עפ"י הלכה זענען זיי מייקרי השער וואס איז זייער א הארבע זאך אין הלכה.
עס זענען געווען מיט 7-8 יאר צוריק אסיפות פון רבנים און עסקנים פון אלע קרייזען אין וויליאמסבורג, א תקנה איז געמאכט געווארען און צענדליגער אידען האבען זיך צוגעשטעלט צו דעם אין משך פון די יארען אז מען זאל נישט בויען, נישט פארקויפען קיין דירות פאר ארטיסטען.
עס איז נישט קיין יושר אז אין די צייט וואס צענדליגער אידען האבען זיך צוגעהערט צום וויי געשריי פונעם ציבור און נישט געקוקט אויף מעגליכע רווחים נאר מוותר געווען דערויף לטובת הציבור, זאל קומען איין יחיד -ווייל ער איז א ראש הקהל פון זיין קהלה-  און טוהן כאוות נפשו ווייל קיינער וועט זיך נישט וואגען מיט אים אנצוהייבען.
דאס איז דער אפטייטש פון חוטא נשכר אויפען חשבון פונעם ציבור.
 
האבען די קהלה פירער א רעכט צו שתדל'ן ביי די רעגירונג אז די פלענער זאלען געטוישט ווערען צו אן אופן אז דאס זאל זיין מער פאסיג און געאייגענט פאר דעם ציבור?
 
קלאר אז יא, וויבאלד די רבנים האבען ארויסגעגעבען א פסק אז בויען פאר ארטיסטען איז קעגען די אינטערעסען פונעם ציבור, איז דאס שטערקער ווי די אינטערעסען פון א יחיד וואס וויל פארדינען געלט, און די פאראנטווארטליכע פארטרעטער פונעם ציבור זענען מחוייב צו שתדלן פאר די טובה פונעם ציבור.
 
 
חלק ב'
וואס האט הרב נידערמאן פאקטיש געזאגט און געשתדל'ט ביי די רעגירונג?
 
מיר ווייסען אלע וואס ר' משה דוד האט געציהלט, דער ציהל איז געווען צו שטערען א פראדזשעקט פאר ארטיסטען אין וויליאמסבורג.  פונקט ווי מען האט זיך געשלאגען בימים ההם איבער די גרעטש בילדינג און איבער פילע אנדערע פראדזשעקטס.
היות אבער מען קען נישט קומען צו די רעגירונג זאגען וואס אונזער זארג איז באמת פאר פארשטענדליכע און לעגאלע סיבות האט מען געדארפט מסביר זיין די ארגומענטען אויף אן אופן לסבר את האוזן פון דעם גוי.
די טענות וואס ר' משה דוד האט ארויסגערוקט איז געווען אז די סייז און פרייז פון די דירות איז נישט געאייגענט פאר די תושבים פון די געגענט און עס וועט אריינברענגען א דרויסענדיגער עלעמענט.
-די הייד פארק שרייבערס האבען שוין צוגעלייגט אז ער האט געזאגט אז יצחק ראזענבערג איז א פארברעכער, דאס איז פארשטייט זיך הייד פארק געבעקסען, אבער אפילו ווען עס וואלט געווען אמת, האט דאס מיט מסירה קיין שייכות.  ווייל ר' יצחק'ס פארברעכענס זענען שוין לאנג דורך דעם סיסטעם און ער האט שוין געסעטעלט מיט די רעגירונג.  צו זאגען זכור מעשיך הראשונים איז אן איסור אבער מיט מסירה האט עס נישט קיין מינדעסטע שייכות-
די פאליטישע פארטרעטער פון וויליאמסבורג האבען טאקע ארויסגערוקט די פארלאנגען פאר גרויסע און ביליגע דירות, ווי אויך האבען זיי פארלאנגט ארויסצונעמען די פלענער פון די רעסטוראנטען און ביעטש פראנט. 
ווען ר' יצחק ראזענבערג האט געזען אז ער קען גארנישט מאכען האט ער בוחר געווען הרע במיעוטו און נאכגעגעבען די פארלאנגען פון די פארטרעטער און אזוי ארום איז שוין נישט געווען קיין מעגליכקייטען פאר די וויליאמסבורגע פארטרעטער זיך אנטקעגען צושטעלען און אזוי ארום האט ר' יצחק ראזענבערג זיך ארויסגעשטעלט צו זיין דער ערשטער היימישער איד צו בויען א דעוועלאפמענט פאר ארטיסטען אין וויליאמסבורג.
 
האט ר' משה דוד עפעס אויפגעטוהן מיט זיין השתדלות?
 
דער כלל איז אייביג אז מען דארף טוהן נישט אויפטוהן ממילא איז די שאלה נישט רעלעוואנט אין א דעבאטע.
אבער למעשה האט ער לכאורה אויפגעטון אויך.  וויבאלד ר' יצחק האט נאכגעגעבען די פארלאנגען און וועט בויען גרעסערע דירות און ביליגערע דירות, איז דא א מעגליכקייט אז עס וועט זיך שוין לוינען צו בויען דעם פראדזשעקט פאר אידען, צו עכ"פ א חלק פאר אידען, און דאס וועט פארגרינגערען דעם מצב מיט דירות אין וויליאמסבורג.
 
אז מען שתדל'ט ביי די רעגירונג נישט צו ערלויבען א דעוועלאפער צו בויען א פראדזשעקט, הייסט דאס מסירה?
 
קלאר אז נישט.  מסירה הייסט ווען מען איז מוסר (גוף או) ממון ישראל ביד עכו"ם.  אין דעם פאל האט מען נישט גענומען קיין געלט פון ר' יצחק און געגעבען פאר די רעגירונג, מען האט אויך נישט אוועקגענומען פון אים די פראפערטי, מען האט סך הכל פארלאנגט פון די רעגירונג אז זיי זאלען נישט געבען קיין עקסטערע רעכטען פאר ר' יצחק וואס איז נישט ערלויבט אין דעם זאונינג, נאר בתנאי אז ר' יצחק זאל נאכקומען די געברויך פון די קאמיוניטי.
ווי קומט דא בכלל אריין די ענין פון מסירה?
 
די לעצטיגע באריכטען אין די גויאישע פרעסע אין נאמען פון ר' דוד אהרן וויינשטאק, ר' יצחק אייזיק אבראהאם און ר' גרשון שלעזינגער אז ר' משה דוד נידערמאן האט געשיקט אן אימעיל פון זיין רעגירונג סובסעדירטע אקאונט צו שטערען די דעוועלאפמענט פאר פאליטישע מאטיווען, וואס דאס איז קרימינאל פארברעך, איז דאס מסירה?
 
לכאורה יא.  ווען מען לייגט דרוק דורך צייטונגען אז די רעגירונג זאל אונטערנעמען א קרימינאלע אינוועסטיגעישען אויף א איד, איז דאס לכאורה מסירה מיט אלע פיטשיווקעס.
 
איבערהויפט אז לויט ווי די צייטונג שרייבט האט קאונסיל פרוי רעניא, וואס ארבעט האנט ביי האנט מיט יו.זשעי.קעיר, געזאגט אז זי האט שוין געזען דעם אימעיל און דאס געשיקט צו די רעגירונג און געבעטען צו עפענען אן אינוועסטיגעישען.
 
דער אימעיל איז אנגעבליך, לויט די גויאישע צייטונגען, געקומען פון א איד, ר' דוד אהרן וויינשטאק.  איך ווייס נישט ווי אזוי דאס איז אנגעקומען צו קאונסיל פרוי רעניא, אבער דער מקור איז זיכער דער ר' דוד אהרן וויינשטאק.
 
חלק ג'
איז הרב נידערמאן א היפאקריט, ווייל ער האט אנדערע פראדזשעקטס נישט געשטערט און מיט דעם ארויסגעוויזען אז זיינע מאטיווען זענען בלויז פאליטיש געצילט קעגען יצחק ראזענבערג.
 
 
אויב איז דא איינער וואס איז גרייט דאס צו דעבאטירען אין דעם פארמאט אדער אן ענליכען פארמאט און נישט צוזאם מישען די יוצרות, וואלט דאס געווען א גרויסער תועלת אז דער ציבור זאל קענען פארשטיין וואס דא גייט פאר און וועלכער צד איז גערעכט אין די מערכה..


דיסקלעימער: אזוי ווי ליידער איז מיין גורל באשערט צו ארבעטן וועל איך זיך משתדל זיין צו ענטפערן ווייניגסטענס איינמאל א טאג און סוועט זיין טעג וואס איך וועל ענטפערן מערערע מאל א טאג.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2010 21:28 לינק ישיר 

וויכטיגע נקודה: יעדער פאקט דארף האבן ראיות צו זיינע ווערטער, נישט יעדער ווייסט.... אלעס דארף האבן א לינק אויב דער אנדערע צד פארלאנגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2010 21:34 לינק ישיר 

איך בין נישט קיינעמס ווארט זאגער, איך וועל ענטפערן עד כמה שידי משגת

חלק א'
ראוז פלאזא
וואס איז געווען דער אריגינעלער פלאן פון די לאנד אייגענטומער? צו מאכן געלט, און ווי מער...
איז דער אנגעגעבענער פלאן געאייגענט פאר אידען צו פאר ארטיסטען? ארטיסטען
אויב איז דאס געאייגענט פאר ארטיסטען, האבען די אייגענטימער די רעכט על פי תורה ועל פי יושר דאס צו טוהן? על פי יושר נישט, על פי תורה ווייס איך נישט. לכאורה נישט ווייל אויב פראמינענטע רבנים זענען ארויס קעגן די פלענער מיינט דאס לכאורה אז עס איז געווען נגד התורה.
האבען די קהלה פירער א רעכט צו שתדל'ן ביי די רעגירונג אז די פלענער זאלען געטוישט ווערען צו אן אופן אז דאס זאל זיין מער פאסיג און געאייגענט פאר דעם ציבור? זיכער אז יא, פארדעם האבן מיר כלל טוער.


חלק ב'
וואס האט הרב נידערמאן פאקטיש געזאגט און געשתדל'ט ביי די רעגירונג? איך ווייס נישט.
האט ר' משה דוד עפעס אויפגעטוהן מיט זיין השתדלות? יא
אז מען שתדל'ט ביי די רעגירונג נישט צו ערלויבען א דעוועלאפער צו בויען א פראדזשעקט, הייסט דאס מסירה? אויסריקלעך נישט.
די לעצטיגע באריכטען אין די גויאישע פרעסע אין נאמען פון ר' דוד אהרן וויינשטאק, ר' יצחק אייזיק אבראהאם און ר' גרשון שלעזינגער אז ר' משה דוד נידערמאן האט געשיקט אן אימעיל פון זיין רעגירונג סובסעדירטע אקאונט צו שטערען די דעוועלאפמענט פאר פאליטישע מאטיווען, וואס דאס איז קרימינאל פארברעך, איז דאס מסירה? זיכער יא
איבערהויפט אז לויט ווי די צייטונג שרייבט האט קאונסיל פרוי רעניא, וואס ארבעט האנט ביי האנט מיט יו.זשעי.קעיר, געזאגט אז זי האט שוין געזען דעם אימעיל און דאס געשיקט צו די רעגירונג און געבעטען צו עפענען אן אינוועסטיגעישען.


חלק ג'
איז הרב נידערמאן א היפאקריט, ווייל ער האט אנדערע פראדזשעקטס נישט געשטערט און מיט דעם ארויסגעוויזען אז זיינע מאטיווען זענען בלויז פאליטיש געצילט קעגען יצחק ראזענבערג.


ניין, די אנדערע פראדשעקס זענען הויפזעהליך רעגירונג אייגענטום, סך הכל האט ער זיך געקענט שלאגן פאר "מער" אפארדעבל דירות, אזאך וואס ער האט טאקע באקומען.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 18:21 לינק ישיר 

לכבוד ידידי היקר מר. נפל יר"ה

איך האב אנגעהויבן א נייע אשכול מיטן ציל צו פירן א דעבאטע מיט אן ארוני וואס איז מסכים צו דעבאטירן די נושא באזירט אויף פאקטן נישט היידפארק מעשיות.

א זאלי האלט איך נישט אז איך דארף איבערצייגן אז סאיז סתם שקר אלע מעשיות.

ווייסט איינער פארוואס די ארוני מנהל האט פארשלאסן מיין אשכול אויפן אנדערען פארום




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ראוז פלאזא דעבאטע !!!
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext