בית פורומים אידישע געדאנק

געזונטהייט: פרישע ארגענעזאציע - וואלענטירן געזוכט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/4/2010 18:09 לינק ישיר 
געזונטהייט: פרישע ארגענעזאציע - וואלענטירן געזוכט

איך האב עס באקימען אין אימעל פין איינעם וואס האט עס געזען אויף אידישע וועלט טראכט איך אז סאיז ווערט דא אויך ארויף צי לייגן אפשר וועט עס העלפן צי די זאך
קרעדיט אידישע וועלט
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?f=71&t=8891

______________________________

בעזהשי"ת

טייערע חשוב'ע אידן, רחמנים און גומלי חסדים שיחיו.

האט אייך שוין אמאל אנגעכאפט א חשק צו טאן א טובה פאר א צווייטע איד? מקיים צו זיין די געוואלדיגע מצוה פון ביקור חולים? צי ווייסט איר ווי שווער עס קומט אן פאר די חולי ישראל אנצוקומען צו זייערע דאקטוירים אין אלע עקן פון שטאט?

מיר "א רייזע" (The Trip) האבן איינגעזען אז עס איז דא א געברויך פאר די סערוויס וואס מיר האפן בעז"ה צוצושטעלן פאר פאציענטן צו שפארן געלט און עס מאכען גרינג און באקוועם ביים רייזן צו זייערע דאקטוירים אויף וועכנטליכע אדער איינמאליגע אפוינטמענטס.

לויטן פלאן, וועלן מיר מיט די צייט אי"ה פארמאגן עטליכע גרעסערע ווענס אדער שאטעל באסעס (אויף אן אופן וואס אפילו וואלונטירן אן CDL לייסענס זאלן דאס אויך קענען ארומפירן, אויך זאל עס נאך ערלויבט זיין צו פארן אויף Parkways) וואס וועלן עטליכע מאל אין טאג ארומפירן אידן און אידענעס פון וויליאמסבורג צו די אפיסעס פון זייערע דאקטוירים אדער שפיטעלער דורכאויס די מעטראפאליטען עריע.

אנדערש ווי די עקזיסטירענדע ארגעניזאציעס, ווי "חסד" און דאס גלייכן – וואס מיר שטייען מיט זיי אין שטענדיגן קאנטאקט, און מיט זייער צושטימונג און א דאנק זייערע באראטונגען האבן מיר דערגרייכט ביז אהער – וועלן אונזערע געניסער נישט דארפן זיין איינגעשריבן אין א סיסטעם אדער האבן אפטע אפוינטמענטס צום דאקטער א.ד.ג., מיר וועלן צושטעלן א וועג אי"ה אפילו פאר איינמאליגע אפוינטמענטס.

מיר האפן איינצושטעלן דעם סיסטעם ווי פאלגנד: איין טאג בעפאר די אפוינטמענט רופט מען אריין צום טעלעפאן סיסטעם ביז 6:00, וואו מען לאזט איבער דעם אדרעס פונעם שפיטאל אדער דאקטערס אפיס, ווי אויך די פונקטליכע צייט פון די אפוינטמענט. די דיספעטשערס וועלן אויסהערן אלע מעסעדזשעס און אויסשטעלן א פונקטליכן ראוט פאר די ווענס/שאטעלס אפצופירן אלע פאציענטן צו זייער דעסטינאציע.

אונזער ציהל איז צו האבן ווי מער ווענס/שאטעלס פאר אונזערע טריפס, כדי די מיטפארער זאלן נישט דארפן צופיל ארומרייזן בעפאר זיי דערגרייכן זייער דעסטינאציע, ווי אויך כדי די ווענס/שאטעלס זאלן ווי אמשנעלסטן זיין גרייט צוריקצופארן און אויפנעמען די פאציענטן נאך זייערע אפוינטמענטס.

אזוי ווי מיר שטייען נאך יעצט אין די סאמע ערשטע טעג פון אונזער גרינדונג, זענען מיר זייער שטארק אנגעוויזן אויף וואלונטירן וואס זאלן מנדב זיין פון זייער צייט ארומצופירן די אידן מיט די אייגענע אויטאמאבילן, ובפרט אידען וואס פארן סיי ווי סיי כסדר צו די ארבעט און פון די ארבעט וכדומה, ביז מיר וועלן בעז"ה שטיין אויף די פיס און פארמאגן אן אייגענע פלאטע פון ווענס/שאטעלס (אויך דאן וועלן מיר זיך דארפן צומאל באנוצן מיט פריוואטע דרייווערס פאר פאציענטן וואס וועלן דאס באדארפן צוליב זייער צושטאנד).

א שיינעם דאנק פארן אפליינען אונזערע ווערטער און באטראכטן אונזער פארלאנג מיט הארץ. ביטע שיקט דאס אויך ווייטער צו אייערע נאנטע און באקאנטע, און זייט זיי אויך מזכה מיט די געוואלדיגע מצוה פון ביקור חולים און גמילות חסדים שאדם אוכל פירותיהן בעולם הזה והקרן קיימת לו לעולם הבא.

"אויב איר זעהט איין די נויטוועדיגקייט פון אזא ארגעניזאציע און איר ווילט אנטיילנעמען דערין דורכן מנדב זיין צייט און כח ארומצופירן די חולי ישראל, זייט מוחל פארבינדט אייך מיט אונז אויף:
347-772TRIP
347-772-8747
אדער שיקט אן אימעיל צו:
*-- e *[email protected]*-- e *,
מיט אייער נאמען און א טעלעפאן נומער וואו מען קען אייך צוריקרופן, און מיר וועלן זיך אי"ה פארשטענדיגן מיט אייך.


יישר כחכם ותזכו למצוות

הנהלת "א רייזע".
קרעדיט אידישע וועלט
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?f=71&t=8891

*--*



תוקן על ידי kj1234 ב- 21/04/2010 18:48:15




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2010 18:57 לינק ישיר 

קוקט אויס א שטייגער ווי גמ"ח הצלה אין קרית יואל, נאר ס'וועט פארן לאקאל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/4/2010 20:15 לינק ישיר 

קוקט אויס א גיטע זאך
דאס וועט לכאורה גענצליך איבערנעמן חסד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > געזונטהייט: פרישע ארגענעזאציע - וואלענטירן געזוכט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext