בית פורומים אידישע געדאנק

פארוואס זענען די אהרונים עכט נישט דיפרעסט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/4/2010 20:43 לינק ישיר 
פארוואס זענען די אהרונים עכט נישט דיפרעסט?

צום וויפילטן מאל איז היינט ווידער ארויסגערינען א טעיפ פון א מיטונג וואס איז פארגעקומען פארגאנגעם דאנערשטאג נאכט אין איד אפיס. און יא! איר האט גוט צוגעטראפן, עס האבן זיך דארט באטייליגט פונעם זענטער ביז פיצי יאקאבאוויטש, פון די שפיצקע קאקאש ביזן שפיטיווקער פרעסער, פון יעקב בערלע ביז דער רינדעכיגער יפויער שיכור, און אלע פה אחד האבן באשלאסן אז מ'נעמט ארויס פארמעגליך פון שאנק...
דאס מאל איז דער שפיאן געווען דער נייער שטערן ביי די אהרונים אויששששששש, ער האט זיך כיטריש באהאלטן אונטערן טיש ביי די אסיפה, און היינט האט דער טעיפ ארויסגעליקט.

פארוואס פונקט דארף די דאזיגע געדארפט געדעקט ווערן? ווייל דארט האט מען באהאנדלט אלע מלחמה סטראטעגיעס וויאזוי מ'גייט די אהרונים אפענטפערן אויף די מעכטיגע "קאווער אפ" עצרת וואס איר אפקלאנג גייט נאך ביזן היינטיגן טאג פון די קרית יואל'ע גלילות ביז יאפאן און צוריק. דארט זענען אלע אפציעס ארויסגעלייגט געווארן אויפן טיש, אבער אן ערפאלג, די אהרונים האבן דאס אויך דערווישט.

אצינד אז ס'שוין סייווי א דורכפאל קען מען ארויסגעבן אז דארט ביי די אסיפה האט מען אויך געזאגט אז ר' אהרן איז עכט עכט עכט יא רב הצעיר אין די גאנצע וועלט, און ראדני איז נאך עכט עכט עכט זיינס, און אז אין 550 שלאפט אונזער ר' אהרן אליינס מיט זיין אייגענעם בני בית אין זיין אייגענעם געלעגער, און אז עכט זענען די זאליס יא אין באגאץ, און עכט איז נישט דא קיין נייע בית החיים ווייל מ'גייט דאס פארדעקן מיט א וואנט, און עכט איז די בני יואל זאל א דורכפאל ווייל ר' אהרן איז דארט דער עכטער מסדר קידושין. און נאך אסאך עכטע זאכן...

איי פארוואס איז די דעפרעסיע אזוי הויעך דארט? פארוואס האט מען געדארפט מאכן אזא מאסן ראלי פארגאנגעם זונטאג? פארוואס האט דער בלאט געדארפט דרוקן א גאנצע ביילאגע וועגן דעם באגאץ? פארוואס האט ר' זלמן גראז געדארפט "איבערשרייבן" א בריוו אז ר' אהרן האט עכט יא אונטערגעשריבן א כתב? איז די תירוץ "ווייל ס'איז עכט שטיל דא אין שטאט"... און אזוי אויך איז דער ירושלימ'ער רב סייווי מוריד אין דעם גאנצן עסק דא, און דער עיקר ציהל איז געווען אז פארמעגליך זאל האבן וואס צו שרייבן...

ופני החלה דעקלעך זורחת!




תוקן על ידי שמואליונה ב- 26/04/2010 21:00:11




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2010 22:57 לינק ישיר 



איך שטוין פארוואס די אהרוינים כאפן נאך נישט אז יעדע אסיפה וואס "רינט ארויס" און טראגט די נעמען "פיצי יאקאבאוויטש" דער רינדעכיגער יפויער יאנקל בערעלע וכו' איז תיכף נידן אלס א געלעכטער... אפילו א פאפענער דערקענט שוין די נעמען און ווייסט אז די מעשה איז אויסגעזויגן פון די פינגער... האבן די אהרוינים באמת אזוי שטארק נישט קיין פינטל אינפארמאציע וואס עס טוט זיך ביי די זאליס אז זיי זאלן דארפן כסדר איבערניצן די זעלבע נעמען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פארוואס זענען די אהרונים עכט נישט דיפרעסט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext