תלמידי וחסידי סאטמאר ווייזן ארויס אינעם היינטיגן טאג זייער טריישאפט צום אמת'ן דעת תורה בנוגע די פסולע הנהגה אין קרית יואל, ביים אונטערשרייבן דעם כתב קבלה און מקבל זיין אויף זיך בהחלט ווי רביה"ק מייסד הקריה שרייבט, (חו"מ סי' קל"ד) ביי א ת"ח שיש בו חילול ה', וזל"ק, ואתם חזקו ואמצו להקהל ולעמוד על נפשכם "ולהבדל מאלה האנשים ההולכים אחר שרירות לבם נגד התוה"ק", מ'זאל ח"ו נישט האבן א מגע ומשא מיט אזא הנהגה אפילו בעת נסיון (וואס קען זיך מאכן משך די יארן).
אין קרית יואל איז היינט געווען א טישל, עס זענען געזיצן חשובע פני העדה מקבל צו זיין די חתימות, עס האט זיך ארויסגעצייגט א שטארקער סוקסעס מיט די אנרוף פון הונדערטער (אדער מעגליך טויזנטער) מתפללים, ווען דער עולם איז צוגעקומען אין די מאסן אפגעבן די חתימה אויפן קבלה.
(לויט ווי איך הער איז אין אלע געגנטער געווען אזוי, ווער עס ווייסט זאל מודיע זיין)
נמנו חביריו לדבר מצוה.