נעכטן איז פארגעקומען א אסיפה ביי די אהרוינים (איינס פון די צענדליגע בארוהיגונגס מיטלען פארן דורכגעפאלענעם סידור קידושין און אריזאנע ווייץ מערכות). די אהרוינים האבן צוזאמענגעפאמפט מיט דעם אסיפה מיט צענדליגע בלעטער און פועל פעידשעס אין דער בלאט. דער שפיץ פונם קאנפרענץ האט געדארפט זיין א דרשה פונם ראט אליינס. די מסיבה איז געווען פארגעבעט מיט די אהרוינישע ה' אייר קאנפרענץ ווי דער ראט האט נישט גערעדט, יעצט צום המשך האבן זיי מפרסם געווען אז הפעם וועט ער יא אליינס אויפטרעטן.
עס איז גאר וואונדערליך און גאר שטארק נישט פאסיג פאר די אהרוינים וועלכע פארשפרייטן די בלידער פון זייערע מסיבות בשעת די מסיבה איז נאך אין גאנג אז הפעם כמעט א טאג נאכן אסיפה האבן זיי נאך אלס נישט פובלאצירט בילדער...
עס בלייבט נאר איבער צו וואונדערן פארוואס זיי שעמען זיך מיט די בילדער.