פראגע: זענען די זאליס ארויס פון באגאץ?
עס איז שוין וואכן לאנג וואס די באקאנטע שומרי משמרת היהדות, די רעדאקציע פון "דער בלאט" מיט איר הויפט רעדאקטער שמואל ווידער האבן געפירט א ביטערע מערכה ארויסצוצווינגען די זאלי'ס פון באגאץ, און האב אגאזשירט א מאסן עצרת מחאה פארגאנגענעם ה' אייר אין הופפער שוהל וועלכער איז ווארשיינליך געקרוינט געווארן מיט א גרויס סוקסעס, והא ראי' זיי האבן געסטראשעט אז אויב די זאליס וועלן זיך נישט ארויסצוען זאפארט פון באגאץ וועלן זיי פאררופן נאך א עצרת אויף כ' סיון און דערווייל אין קול ואין עונה, ס'קוקט נישט אויס ווי זיי האלטן ביים מאכן נאך א עצרת.
דער גאנצער באגאץ עסק אין בלאט איז א שטארקע מיסטעריע, נאך וואס מ'האט די מוחות הקטנות געוואשן פאר א לאנגע תקופה אז די זאליס זענען פשוטע און פראסטע הולכי באגאץ העולמי, און זיי - די זאליס - שעמען זיך נישט צו פאררופן תלמידים פון רביה"ק זי"ע בשעת ווען ס'איז קלאר אז רבן דקרו, אזש אז מ'האט דיזיינט ריזיגע בילדער פון א ריזיגע שווערד אריינגעשטעקן אין א ספה"ק 'ויואל משה' און דאס האט געזאלט סימבאליזירן דעם אקט פון די זאליס וועלכע גייען אין באגאץ. איז פלוצלינג אין די לעצטע צוויי וואכן ענטשטאנען א געפייגערטע שטילקייט בנוגע דעם נושא אין "דער בלאט", נישטא קיין באגאץ, נישטא קיין כ' סיון.
אפילו דער יטב לב דינער די וואך וואס האט געזאלט דינען ווי א עצרת מחאה אנטקעגן די הליכה לבאגאץ איז אראפגעפארן אונטערן טיש, א קליינער פאראגראף אינצווישן דעם באריכט פונעם דינער זאגט אז דער רבי האט אויסגעדרוקט זיין ווייטאג (אוי! וויפיל ווייטאג קען איין הארץ דערטראגן?!..) אז די מוסדות מוטשען זיך געפערליך פינאנציעל ווייל די הולכי באגאץ האלטן אפ פון זיי גרויסע סכומים געלטער פון די זאל און די האטעל (וואס איז אגב מושלש ביי כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, לידיעת הקורא ר' אהרן טייטלבוים..) ותו לא מידי, קיין ווארט נישט וועגן דעם באגאץ.
און ווידעראום כ' סיון עומד אחר כתלינו און עס ווערן נישט געמאכט קיין שום פיבערהאפטיגע בעפארברייטונגן צום מאסן עצרת וואס איר גלייכנס איז נאך נישט געווען זינט כ' סיון תשל"ח בעת'ן התייסדות פון קרן הצלה, דער בלאט שווייגט א שווייגעניש וואס שרייט הויעך "עפעס גייט פאר!".
אלזא, די נארישע אהרונים וועלכע ווערן געשפייזט פון שמואל ווידער'ס ספין'ס דא אויף היידפארק וועגן אלץ און אלעמען שטייען און פרעגן מיט אפענע אויגן ברעמען "זענען טאקע די זאליס ארויס פון באגאץ?" און אז נישט פארוואס הערט מען נישט דעם קול מחאה?
תוקן על ידי באלאנד ב- 14/05/2010 22:14:28
 |
|
|