א גוטע וואך טייערע חברים!!!
איך האב געהאט א שלאפלאזע שבת נאכמיטאג, די קינדער האבען זיך געשפילט אויפן גאס, זאט בין איך געווען און אויך אויסגערוהט פון פרייטיג צונאכטס און דער שלאף איז געווען ממנו והלאה. פניתי לימין ואין עוזר ולשמאל ואין סומך איך האב מיך געדרייט אויף אלע זייטען אן ערפאלג. אין מיין מחשבה איז מיר אריינגעקומען מיין שוואגער זאל זיין געזונט דער בלאט שרייבער. איך ווייס נישט פארוואס דער שר המחשבות האט אים אריינגעדרייט אין מיין מח אין אזא שיינעם שבת נאכמיטאג, אבער אט איז ער דארט און איך קען פון אים נישט פטור ווערן, על משכבי אחר הצהריים ליג איך און איך טראכט, נעבעך נעבעך, מיין שוואגער דער בלאט שרייבער... די קללה פון בזיעת אפיך תאכל לחם איז נעבעך נתהפך געווארען ביי אים אויף בזיעת אפיך, מיט פיל מיה און פלאג, תאכיל שטרוי לשוריך, וועסטו פיטערען שטרוי פאר דיינע אקסן.
א שרייבער דא לעצטענס האט אנגעהויבען מחלק צו זיין צווישען "פאקטען" און "אולי'ס", צווישען "ברי" און "שמא" צווישען "רעאליטעט" און "דמיון" אדער בקיצור צווישען "מענטשען" און "ארונים". טראכט איך מיר אזוי איבער די שווערע ארבעט וואס מיין שוואגער דער בלאט שרייבער מוז נעבעך אראפלייגען צו האלטען די אקסן אין די ראמען. איך הייב אן מתחלה עובדי, אין שנת תשנ"ט.
*
פאקט; רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע האט אויפגענומען כ"ק אדמו"ר שליט"א פאר מנהיג העדה בחסד עליון.
אולי; חוה"מ פסח פארטאגס, במותב תלתא כחדא הוינא, רבינו הקדוש, בנו בכורו וזוגתו הקדושה האט דער רבי אויפגענומען בנו בכורו פאר רב הצעיר אויף כל אשר בשם סאטמאר יכונה מסוף העולם ועד סופו.
דער פאקט איז גלוי לעין כל, במעמד אלפים. דער אולי איז ביי די אקסן 14 מיליאן מאל מער אנגענומען, הלכה פסוקה ואין חולקין עליו. און זיי ווילען דיך כמעט אריינפירען אין ק.י. פאבליק סקול פארן האבען ספיקות אין דעם פאקט.
*
פאקט; ארונים זענען געגאנגען בערכאות שלא ברשות בי"ד בשנת תש"ס, דער בי"ד המזמין (נאווארדאק) האט געשריבען א מכתב גלוי, אז אזוי ווי זיי האבען אריינגעשריבען תביעות און מסירות מער ווי זיי האבען געהאט רשות פון בי"ד על כן איז בי"ד המזמין מבטל די היתר לעקל בערכאות.
אולי; עס איז דא א לעדל אין וויען, אולי ואולי איז דא א בריוו אין דעם לעדל, כולי האי ואולי איז אין דעם בריוו דא א היתר כמוס מעין כל צו גיין לערכאות קעגען די גרעסטע אידישע קהלה אין די וועלט.
דער פאקט איז געשריבען אש שחורה על גבי אש לבנה אין די געריכטען אין נ.י., דער אולי איז געדרוקט מיט געלע טינט אויף בלעטער אין דעם שונד בלאט.
*
פאקט; קהל יט"ל וויליאמסבורג האט געשריבען און מפרסם געווען בריווען פון בתי דינים, רבנים, ובראשם רבינו הקדוש בעל בירך משה והגאון האדיר ראב"ד ירושלים זצ"ל, אז קהל יט"ל איז גרייט צו גיין צו דין תורה צו די תורה אויטאריטעטן פון די קהלה ולפנים משורת הדין צו נאך דריי היימישע בתי דינים.
אולי; זענען די אלע רבנים געווען אונטערגעקויפט, און נאר דער רב בן בלי שם פון דעם וויענער לעדל איז מקיים דעם לא תגורו מפני איש באהאלטענערהייט און פסק'ט לאמיתה של תורה אז קהל יט"ל זענען מסרבים לדין.
די אויבענדערמאנטע איז די מלחמה צווישען די "פאקטען" קעגען די "אולי'ס" פון די ערשטע יאר פון די מלחמת אחים אין סאטמאר, פארשטייט זיך עוד הוסיפו בני עוולה כהנה וכהנה אין משך פון די נאכפאלגענדיגע 10 יאר.
*
די מערסטע שרייענדיגע פון די נאכפאלגענדיגע קאנפליקטען צווישען "רעאליטעט" און "דמיון" איז די פאלגענדע 2 דוגמאות:
פעיראל דיינים
פאקט; אין סאטמאר ביז תשנ"ט איז געווען א רייע פון דיינים וואס זענען געווען עמטליך דייני קהלתינו.
הגה"צ הראב"ד שליט"א (סאטמארער דיין),
הגה"צ רי"י פילאפף (זופניק),
הגה"צ רש"ל וויינבערגער (קינגס טערעס),
הגה"צ רח"ד כ"ץ (בארא פארק),
הגה"צ רמ"מ טירנויער (מאנטרעאל),
הגה"צ ר"ג בערקאוויטש (קרית יואל)
הגה"צ רמ"ב קליין (לעיקוואד),
הגה"צ ר' אלי' כ"ץ (בני ברק),
הגאוה"צ ר' משה זאב זארגער
ור' משה יהודה הירש (ירושלים) - אויב האב איך איינעם אויסגעלאזט, אתו הסליחה.
ווען עס האט אויסגעבראכען די מחלוקה אין סאטמאר, איז קיין איינער פון די דיינים נישט געווען איינגעשטעלט מיט זיין פרנסה, חוץ ר' געציל בערקאוויטש. די וויליאמסבורגער, בארא פארקער און מאנטרעאלער דיינים וואלטען אלע געבליבען מיט זייער פאסטן סיי צו וועלכע זייט זיי וואלטען זיך צוגעשטעלט, ווען די וויליאמסבורגער דיינים וואלטען זיך צוגעשטעלט צו די ארונים, וואלט בערל פרידמאן זיי ווייטער געצאלט פעיראל. און מן הסתם וואלט כ"ק אדמו"ר שליט"א נישט מצליח געווען בדרך הטבע איבערצונעמען די קהלה. די זעלבע זאך אין בארא פארק און מאנטרעאל איז לעכערליך צו טראכטען אז זיי וואלטען פארלוירען זייערע פאסטענס אויב וואלטען זיי זיך צוגעשטעלט צו די ארונים, אדרבא, עס וואלט זיי אסאך גרינגער געווען און פארשפארט עגמת נפש אין לשער.
ווידעראום, אין קרית יואל ווי יד ארונים תקיפה, ר' געציל ווען ער זאל זיך ארויסשטעלען קעגען דעם בכור שוטה, וואלט ער פארלוירען נישט נאר זיין פאסטן נאר אויך זיין מנוחה, מען וואלט אים מבזה געווען אזוי ווי כ"ק גאב"ד שארמאש וכו'.
דמיון; נו זאגט איר אליין ווער פון די דיינים איז דער פעיראל דיין? הפלא ופלא, אלע דיינים אין סאטמאר וואס האבען געקענט זאגען זייער מיינונג אן קיין פחד פאר זייערע פאסטן, כולם פה אחד הודו והמליכו ואמרו אז כ"ק אדמו"ר שליט"א הוא הגבר צו פירען די עדה הקדושה קעגען משיח צדקינו. איין דיין וואס זיין פרנסה איז געווען איינגעשטעלט ביי די ארונים האט איינגעזען דעם אמת אז דער בכור שוטה איז גאר דער מנהיג הדור. און מיין שוואגער דער בלאט שרייבער, האט נעבעך די עבודה קשה צו באאיינפלוסען די אקסן אז -פאקט; זענען אלע סאטמארע דיינים, פעיראל דיינים דמיון; איז ר' געציל דער איינציגער נישט פעיראל דיין.
נעבעך אויף אים, בזיעת אפיך פיטערן שטרוי פאר די אקסן.
בג"ץ
אין פרשת הבג"ץ איז שוין די ארבעט געווען צו שווער פאר מיין שוואגער דער בלאט שרייבער אז ער האט געמוזט נעמען צו הילף דעם בכור שוטה אליינס וואס מען האט אים באלד 10 יאר געהאלטען פארמאכט דאס מויל מיט א בארעכטיגטע פחד אז מי יודע וואס עס קען פון דארט ארויספליסען, אבער ההכרח לא יגונה, אויף אזא לעכערליכע בלבול וואס איין ווארט שטימט בהכרח נישט מיטען צווייטען מוז מען האבען הילף פון דעם גרעסטען קאנאן דער גרעסטער עקספערט אין צוזאמשטעלען זאצען וואס לא נגע ולא פגע איינס מיטען צווייטען, דער גאון וקדוש אליינס.
קודם די פאקטען:
1) משה חיים ווייס, שליח פון דעם בכור שוטה אליינס האט אריינגעגעבען פאפירען צו די רעגירונג (במאמר המוסגר, די ריכטיגע מחוקקי חוקי עכו"ם אן קיין פשעטליך און קל וחומר'ס ווי מיר וועלען שפעטער זען) און איבערגעשריבען די קארפארעישען פון סאטמאר בני ברק פון די אלטגעזעסענע הנהלה צו א נייע הנהלה פון ארונים.
2) די אלטע הנהלה איז געגאנגען אין בית משפט המחוזי, (לאקאלער געריכט) און אריינגעגעבען א תביעה אז די פאפירן זענען געפעלטשט און דער בית משפט זאל מעקל זיין מען זאל גארנישט קענען טוישען ביז דער ענין וועט אויסגעקלארט ווערן.
3) די הנהלה האט געהאט א היתר בית דין בכתב.
4) דער בית משפט המחוזי, האט נאכגעגעבען דעם פארלאנג און פארפרוירען די פארמעגענס פון סאטמאר בני ברק.
5) די ארונים זענען געגאנגען אין בג"ץ (העכערער געריכט) צו אפיעלען דעם פסק פון דעם נידעריגען געריכט און פארלאנגען אז דער געריכט זאל לאזען די נייע הנהלה פון משה חיים ווייס איבערנעמען די בעלות אויף סאטמאר בני ברק. די אויבענדערמאנטע איז אומלייקענבארע פאקטען.
דא זענען געקומען די אקסן פיטערער מיט א געוואלדיגע המצאה, מיט א חריפות וואס פאסט נאר פאר דעם בכור שוטה אליינס. דהיינו, רבינו הקדוש שרייבט אין ויואל משה אז אין כנסת המינים וואו עס זיצען די "מחוקקי חוקי עכו"ם" איז ביהרג ואל יעבור אריינצוגיין אין אזא בית מינות. ("מחוקקי חוקי עכו"ם" איז פשוט פשט טייטש, די געזעץ געבער וואס באשטימען חוקי עכו"ם, און דער רבי שרייבט קלאר דארטען וועגען כנסת.) לייגט צו קאפ, איז דאך א קל וחומר אז צו גיין אין געריכט אין א"י איז דאך זיכער יהרג ואל יעבור. (איי די מדינה שטייט שוין איבער 60 יאר און קיינער האט קיינמאל נישט געוויסט פון דעם איסור אז אפילו באופן ווען עס איז דא א היתר ערכאות טאר מען נישט גיין אין א"י געריכט ביהרג ואל יעבור. נישקשה, קיינער האט אויך נישט געוויסט 60 יאר אז לאנג איילענד ווייץ איז חמץ, אז פלייש איז נישט מהודרת. אז פון ניו העמפשיר קען מען זען דעם וועטער אין לאנג איילענד. וכו' וכו') אויב אזוי איז דער היתר וואס די הנהלה האט צו גיין אין ערכאות אין בני ברק גאר א איסור ביהרג ואל יעבור נאך הארבער ווי די בחירות כלשונו פון דעם בעל בכור שוטה. שטעלט זיך א געוואלדיגע קשיא; אויב איז דאס ביהרג ואל יעבור צו גיין אין בית המשפט המחוזי, ווי הארב מוז שוין זיין דער איסור צו גיין צום טמאנ'ם בג"ץ אליינס צו אפילען דעם פסק פון בית משפט? אויב מעג מען גיין צום בג"ץ צו ראטעווען סאטמאר בני ברק פון די זאליס, פארוואס זענען די זאליס נישט ערלויבט צו גיין אין בית משפט המחוזי צו ראטעווען סאטמאר ב"ב פון די ארונים? תיקו.
שטילערהייט וואלט איך מיך ערלויבט צו פרעגען נאך א קשיא, דאס איז דאך כו"ע מודה אז אין כנסת אליינס וואס זענען "מחוקקי חוקי עכו"ם" איז ביהרג ואל יעבור, נו אפשר וואלט איך געקענט מאכען א קל וחומר, אז צו גיין אריינגעבען פאפירען אין רשם החבורות (וואס דארט האט משה חיים ווייס אנגעהויבען דעם געפעכט) וואס פראקטיצירען און זענען מחוקק חוקי עכו"ם אויך אסור ביהרג ואל יעבור? תיקו.
די לעצטע שאלה פרעג איך שוין נאר פאר נייגעריקייט, פארוואס שטייט דער גאון וקדוש און וויינט אז אידען גייען אין בג"ץ, (ווען אין פאקט זענען די ארונים געגאנגען אין בג"ץ) פארוואס וויינט ער נישט פשוט אז אידען גייען אין "בית המשפט המחוזי", וואלט נאך כאטש געווען א ביסעל אמת אין זיינע ווערטער צו פארטושען דעם שקר? תיקו.
בקיצור, פאקט; די ארונים זענען געגאנגען אין "בג"ץ"
דמיון; די אלטע הנהלה (המכונה זאליס) זענען געגאנגען אין בג"ץ. איז דען מיין שוואגער נישט קיין רחמנות אז ער מוז דאס פיטערען פאר די אקסן?
נאך א קלייניקייט, בילדער.
יעדער וואס ליינט די 2 צייטונגען זעט אז אין "דער איד" איז נישט בנמצא קיין בילד פון כ"ק אדמו"ר שליט"א, און אין "בלאט" איז דא יעדע וואך בלעטער באריכות נפלא מיט בילדער פון דעם גאון וקדוש. די זעלבע איז מיט אלע פיקטשער ביכלעך וועלכע זענען פול מיט בילדער פון דעם בכור שוטה בעת פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר איז דא ווייניג און אומעמטליכע בילדער.
דאס איז א פאקט מיט וואס מען קען זיך נישט שפארען, דאס קען זיך יעדער איבערצייגען וועכענטליך.
צו פארדעקען דעם אייגענעם שמוץ, האבען די ארונים ארויפגעשמירט אויף כ"ק אדמו"ר מסאטמאר כאילו ביי אים איז אלעס נאר בילדער און ער פירט טיש נאר ביי נעילת החג ווייל דעמאלטס איז דא בילדער. איי טויזענטער אידען איבערצייגען זיך ביי יעדען נעילת החג ווי דער רבי בייזערט זיך אויב ער באמערקט א בילד, עסקנים לויפען ארום כאפען די קאמערעס, דער רבי סטראשעט אז נאך איין בליץ און ער גייט ארויס פון טיש?! אבער גיי טענה זיך מיט א בלאט שרייבער...
נאך א שווערע ארבעט האבען די ארונים לעצטענס געהאט אין זייער מערכה מיט העסקן החשוב ר' משה דוד נידערמאן שליט"א.
שוין יארען וואס די ארונים לייגען אראפ דעם ר' משה דוד'ן פאר א "פראפאגאנדע מיניסטער" ער טוט נישט גארנישט און פרובירט נאר צו טרומפייטערען און נעמען קרעדיט פאר אלעם אין די וועלט. א געלט פרעסער א מיליאנער, רויבט אונטערען טיש געלט פון אלע אידען וואס דארפען א טובה פון אים.
יעצט ווען עס איז אונטערגעקומען א מערכה מיט יצחק ראזענבערג'ס ארטיסטען דעוועלאפמענט, האבען זיי אויפגעדעקט אז ר' משה דוד האט גאר א בילדינג וואס ער פארדינגט פאר גויים. דהיינו, ר' משה דוד האט א בילדינג וואס לויטען געזעץ מוז מען דארט געבען פאר גאר ביליג רענט, אפארדעבעל בלע"ז, און ר' משה דוד פארדינגט דאס נאר פאר גויים און נישט פאר אידען. פארוואס? מוז זיין ווייל ר' משה דוד איז אן אנטיסעמיט, און ער וויל נישט אז אידען זאלען האבען דירות פאר ביליג. איי ר' משה דוד וועט דאך קענען טרומפייטערען אז ער געט דירות פאר אידען פאר ביליג? אבער זיין אנטיסעמיטיזם שטייגט איבער זיין רייץ פאר פראפאגאנדע. איי ר' משה דוד וואלט דאך געקענט רויבען געלט פון די אידען און געבען די דירות נאר פאר די אידען וואס געבען אים אונטערען טיש געלט? (אזוי ווי מען האט געטון אין ק.י. ביי די ד.א. ווידער דירות און ביי די 32 יוניטס.. וד"ל) אבער זיין אנטיסעמיטיזם שטייגט איבער זיין רייץ פאר געלט פרעסעריי. אזוי ארבעטען שווער די מח וואשערס (אויב מען קען דאס בכלל אנרופען מוחות....) צו נעמען די פאקטען און דעם מום שבך און ארויפשמירען אויף א צווייטען.
רבינו בעל ברך משה זי"ע האט געוואלט דעם בכור שוטה פאר רב בכל קצוי תבל. סאטמאר זענען די הולכי בערכאות. סאטמאר זענען מסרבים לדין. סאטמארע דיינים זענען פעיראל דיינים. סאטמאר זענען הולכי לבג"ץ. און איך מוז אייך זאגען אז די שווערע ארבעט צאלט זיך אויס פאר מיין שוואגער דער מח (הג"ה באנדעל) וואשער.... עס זענען פארהאן אקסן וואס גלייבען מער די חוה"מ פארטאגס מעמד שלשתן, ווי די מעמד הכתרה במעמד אלפי ישראל. זיי גלייבען מער די הבטחה פון בלאט איבער די וויענער לעדעל, ווי די עמטליכע געדרוקטע בריווען פון רבנים ודיינים וואס זענען געווען די פוסקים און אונזערע קרייזען יארען איידער די מחלוקה האט זיך אנגעהויבען.זיי זינגען דעם "פעיראל דיינים" ניגון מיט א אמונה פשוטה. און זענען באמת נישט משיג ווי אזוי אידען קענען זיין אזוי נידעריג און גיין אין "טמאנעם בג"ץ"...
איך האב רחמנות אויף מיין שוואגער אז ער ארבעט נעבעך אזוי שווער, ער האט נעבעך גאר א שווערע ליניע צו פארטיידיגען, א רבי'ן א שוטה, א קהל פון יצחק ראזענבערג, א דיין ווי ... לאוב און ר' משה פרידמאן פון בארא פארק (לאכטס נישט!). אבער אסאך אסאך מער האב איך רחמנות נעבעך אויף די היימישע געוואשענע באנדלעך קעפ וואס קויפען דאס.... א גוטע וואך.