-כ' סיון-: עצרת מחאה אדירה נגד החפירות ביפו!
נעכטן נאכט איז פארגעקומען א אסיפה בבית כ"ק רבינו שליט"א פאררופן דורך די התאחדות הרבנים, וואו עס האבן זיך באטייליגט גדולי רבני דורינו שליט"א חברי התאחדות הרבנים ובראשם רבינו שליט"א, צוליב די אנגייענדע מערכות אין ארה"ק אנטקעגן די חיטוטי שכבי וואס די ציונים ימ"ש האבן פריש מחדש געווען אין די לעצטע תקופה.
בין הדברים איז אפגעשטימט געווארן אויף קומענדיגן כ' סיון הבעל"ט, דער היסטארישער טאג ווען דער מייסד התאחדות הרבנים רביה"ק זי'ע האט געגרינדעט דעם הייליגן מוסד קרן הצלה, א שטורעמישע עצרת מחאה אנטקעגן די מדינת השמד.
~פרטים יבואו~
|
|