| נשלח ב-26/5/2010 18:08 |
|
| |
בשורה טובה געגרינדעט "וועד לקדושת ישראל"
אזוי ווי לעצטנס איז נפרץ געווארן דער ענין איסור חמור פון מסדר קידושין זיין אין גלילות פון קרית יואל בלי רשות המרא דאתרא, און טראץ די אלע מיטלען דאס אפצושטעלן גייען די פורצים נאך אלץ אן מיט זייער פירצה. און אפי' נאכן גרינדן דעם "וועד למשמרת הדת" וואס האט פרובירט מיט אלע מיטלען אויפצוקלערן דעם עולם אז דער ענין איז נישט קיין פלוטיק שפיל, און אפי' נאכן מפרסם זיין די נעמען און אריינשרייבן אין פנקס, האט דאס נאך אלץ נישט געהאלפן. ע"כ נאך אן אסיפת אקרו"ט נעכטן נאכט מיט די באטייליגונג פון די ראשי הקהילה ודיני הקהילה, איז באשלאסן געווארן אז כדי אכטונג צו געבן אויף די קדושת ישראל אין די שפעטערע דורות, וואס מענטשן וועלן נישט קענען דאס נאכגיין צוליב וואס עס וועט זיין צופיל משפחות. איז באשלאסן געווארן צו גרינדן א נייער וועד מיטן נאמען "וועד לקדושת ישראל", וואס וועט אי"ה פאר יעדע חתונה אריינגיין אל הקודש פנימה, און נעמען רשות אז מען זאל קענען מסדר זיין די קידושין בהיתר, פארשטייט זיך אז אויב משום איזה סיבה וועט אמאל נישט געגעבן ווערן קיין רשות, וועט מען דאס איבערגעבן פארן "וועד למשמרת הדת" אז זיי זאלן דאס פארשרייבן אינעם פנקס. פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען, וועלכע חתונה עס האט באקומען רשות. נ.ב. פארשטייט זיך אז א חתונה ווי עס איז דא רשות, מעג מען יא גיין אפי' מען האט געהאט אינטערגעשריבן די "קבלה טובה". אויסער די וואס זענען זיך מחמיר בכלל נישט אריינצוטרעטן אויף אזא מקום ווי מען האט מצער געווען רבינו שליט"א, וד"ל
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2010 21:25 |
|
| |
דער סך הכל איז:
מען קען מאכט וועד'ס, למשמרת הדת, קדושתן של ישראל, פאר'ן מיט טראקס, ווארפן פאשקעווילן, אנגיסן מחותנים'ס קארס מיט פעינט, אדער סיי וועלכע אנדערע מעשי אלימות, עס וועט קיין סאך נישט העלפן, דער זאל רוקט זיך פאראויס, און היינט צו טאגס קען א חתונה מאכן אין קרית יואל און האט א אויסוואל פון זאלן, אויסוואל פון מסדרי קידושין! און אויסוואל פון כשר'ע פלייש!
יא ר' אהרן האלט זיך פאר מרא דאתרא, און פאר איינציגער מסדר קידושין, אבער די רבנים וגדולי הוראה ובראשם כ"ק אדמור מהרי"י מסאטמאר שליט"א האלטן אנדערש, און יעדער וועט אננעמען די מיינונג פון זיינע רבנים.
בקרוב וועט ויואל משה ענדיגן זייער אייגענעם האלל וועט דער אויסוואל זיין גרעסער, און די זאליס וועלן קענען שטיצן זייערע אייגענע מוסדות התורה.
ביי די נעקסטע פאר חתונות וועלן נאך מסתמא זיין, מעשה'לעך, מיט רומארס און ספינס, און דערנאך וועט עס אריינגיין אין טאג טעגליכן לעבן, און מען וועט אפילו נישט ספעציעל וויסן ווער עס מאכט חתונה,
תושבי קרית יואל וועלן זיך נישט לאזן טעראריזירן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2010 21:37 |
|
| |
לאז די ארונים גיין זייער וועג וועם גייט אן זייערע רומארס מיט זייערע ספיןס?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 06:08 |
|
| |
סנאך דא חלושי לב, איך האב א פעטער וואס וואלט חתונה געמאכט דארט ווען נישט די מעשי אלימות - א אנדערע איד מאכט נישט דארט חתונה ווייל ער וויל נישט אז זיין חתן וואס ער ברענגט פון אויסער מאנרוי זאל זיין ערשטע קבלת פנים זיין זיין נאמען אויף פאשקעווילען אין די מאנרויע גאסן עכ"פ טעראר ארבייטט, אבער נישט אויף אייביג
|
|
|
|
|