מיט מיין "אהבה" צו ר' אהרן האב איך פארט רחמנות ווען אלעס גייט אים מיט די לינקע פיס נעבעך. באמת איז ער זיך אליינס שולדיג, קיינער האט אים נישט געהייסן ווארטן ביז יעצט.
מען גראבט שוין א וואך אין יפו, התאחדות הרבנים און סאטמאר האבן שוין געמאכט הפגנות און אסיפות, נאר פון אונזער ר' אהרן האט מען נישט געהערט א ווארט. היינט האט מען ענדליך אנגעהויבן טאנצן אינם אהרוינישן לאגער, א קלייניגקייט? דער רבי האט זיך ענדליך אויפגעוועקט, עס איז געווען א אסיפה און די רבי האט געהייסן מאכן א פראטעסט... די אהרוינים שיקן שוין ארום אויף טעקסט מעסעדשעס אז תיכף נאכן מיטינג ביים רבי'ן האט מען איינגעגעבן פאר א פערמיט, די פראטעסט גייט זיין מעכטיג וכו'.
אבער נעבעך יעצט קומט "ליידער" די פרייליכע נייעס פון ארץ ישראל אז די גראבינגען האבן זיך גענצליך אויפגעהערט און אלע טרעקטאר'ס פארן שוין אוועק פונם שטח צוליב א חרם וואס די עדה האט ארויפגעלייגט אויף א קאמפאני וואס איז א 49% שותף אין די גראבינגען.
לויט ווי איך קען די אהרוינים וועלן זיי ווייטער אנגיין מיט זייערע פלענער פארן פראטעסט און אפילו ארויסגיין פראטעסטירן און לייגן בילדער, איי מען גראבט שוין נישט? ס'נפק"מ אבי מ'וועט אין א יאר ארום (ווען דער עולם וועט שוין נישט געדענקען די פרטים) קענען זאגן אז ר' אהרן האט אפגעשטעלט די גראבינגען...
נשלח ב-27/5/2010 23:29
זיי האבען געמאכט א פראטעסט א טאג פאר צד מהרז''ל האט געמאט אין מאנהעטן זיי האבען געטוהן די זעלבע פעולות ווי צד מהרז''ל - אין לשיטתם אפי' מער ספעציעל אין ארה''ק
נשלח ב-27/5/2010 23:32
די פייל איז צו גרויס
תוקן על ידי דיןתורה ב- 27/05/2010 23:32:32
נשלח ב-28/5/2010 05:20
יאפ!, דא האט דער אהרן געכאפט א ריק ווי ס'ברויך צו זיין...
ס'איז זיכער א פאלש צעטיל ווייל קול מבשר האט קלאר געזאגט אז מען האט געסטאפט צו גראבן, און דער פיקח זעליג שרייבט: יאפ!, דא האט דער אהרן געכאפט א ריק ווי ס'ברויך צו זיין...
נשלח ב-28/5/2010 18:40
כ'הער אז צד מהרז''ל וויל היינט - פרייטוג מאכען א פיקעטינג
נשלח ב-28/5/2010 19:53
באדאפעסט כתב:
לויט ווי איך קען די אהרוינים וועלן זיי ווייטער אנגיין מיט זייערע פלענער פארן פראטעסט און אפילו ארויסגיין פראטעסטירן און לייגן בילדער, איי מען גראבט שוין נישט? ס'נפק"מ אבי מ'וועט אין א יאר ארום (ווען דער עולם וועט שוין נישט געדענקען די פרטים) קענען זאגן אז ר' אהרן האט אפגעשטעלט די גראבינגען...