אין די איצטיגע טעג פארשפרייט זיך דער פרייליכער מעלדונג, דאס ברוב סייעתא דשמיא איז געלונגען דעם וואויל באקאנטער חשובען בראוקער ר' יואל זאבעל נ"י דורכצופירען דער ערשטען היסטארישער חברון "שארט סעיל" דיעל מיטן באנק, ...כאפט אייך אן... פונעם אנסטראנאמישען ריזן $450,000 ציפער, אראפ ברוך השם, צו בלויז $130,000 !!!!! דער באנק האט געחתמ'ט, והכל שריר וקים...
ווילן מיר טאקע ווינטשען דער בראוקער ר' יואל, ער זאל ווייטעער קענען פארשפארן הינדערטער טויזענטער דאלער פון שווערע אידישע גלעטער אויף אונזער געגנט, התורה חסה על ממונם של ישראל!!
ווי אויך ווילן מיר טאקע פרייליכערהייט מעלדן, דאס צו אונזער גרויס צופרידענהייט, וועלן די ערשטע 10 "שארט סעילס" פון די חשובע חברון ורוונה תושבים קענען געניסן פון א ספעציעילן 20% הנחה פונעם "שארט סעילס בראוקער", יישר כחך ר' יואל!!!
בלייבט נאר איבער, צו בעטן אין דערמאנען אונזערע חשובע תושבים,
היות דער רייכער גס רוח, אונזער באקאנטער אויבער חכם סופר, דער בילדער פון אונזער שכונה, איז ליידער - צילוב זיין רייכקייט - כמעט אויף אלע פראנטן אומזיגבאר, צום ביישפיל, רופסטו צו דין תורה, איז ער דא מיט די בעסטע טוענים אין פארלאנגט דערצו זייער קאסטבארע זבל"א, רופסטו אין קאורט, איז ער דא מיט זיינע טייערע ריזן לויערס, לויפסטו צום רבין, אפססס... דער גבאי איז זיין בעסט באדי.., שרייסט דיך אויס צו קהל אין צום ציבור אין בריוון, ער דינגט די טייערסטע שרייבערס צירוק צו שרייען העכער, אין צו אלעם איז ער און די הנהלהת הישיבה, איין זאך איז אונז געבליבן עם ארפאצוברענגן, אין דאס איז טאקע,"שארט סעילס", וויסן זאלט איר, דאס מיט יעדן "חברון שארט סעיל" (חוץ פון זיך שפארן שווערע $200,000 ) טוט איר מקיים זיין במלא מובן המולא דעם ובערת הרע מקרבך מיט אלע דוקדיקום, איר ברענגט אראפ דעם הארצלאזן שטייפן סופר'ס גאווה מיט מיליאנען דאלארען, רופט שוין ר' יואל זאבעל אין זייט מקיים דעם כי תעביר ממשלת זדון....
יישר כח