| נשלח ב-31/5/2010 18:26 |
|
| |
* לעצטע אפדעיט נאך אסיפה אין התאחדות הרבנים *
דרינגענדע אסיפת הרבנים אין די "התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדא" אין שפיץ פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ובית דינו הצדק
אין ליכט פון די איזרעאלישע אקטן די פארגאנגענע נאכט ווען די גאנצע וועלט איז שרעקליך אויפגעברויזט אויף די שרעקליכע מעשים פון די ציוניסטישע ממשלה הטמאה, האבן די רבנים הגאונים הצדיקים חברי התאחדות הרבנים אין שפיץ פון סאטמארער רבי שליט"א ובית דינו הצדק, דן געווען בדעת תורה הברורה וואס מען האט מקובל פון מרן רבינו הקדוש זי"ע אז מען זאל חלילה נישט גיין פראטעסטירן אין די זעלבע צייט וואס די אראבישע וועלט ברויזט און רודערט, אז עס זאל אינגאנצן נישט אויסקוקן ווי מיר זענען מוחה אויף די זעלבע סיבות ווי זיי, דעריבער האט מען אין א דרינגענדע אסיפה קאנפערענץ מחליט געווען בפקודת הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א אז דער "וואשינגטאן פראטעסט" איז לעת עתה אפגעשטעלט, און אפילו קיין מאנהעטן זאל מען נישט גיין מוחה זיין מטעם הנזכר. די התאחדות הרבנים וועט שפעטער ערשיינען מיט א ספעציעלער בריוו און קלארשטעלונג ארום דעם נושא, במשנתו הטהורה פון רבי'ן זי"ע.עס ווערט אצינד פלאנירט אנדערע פעולות פון מחאות וכו' אויף די נאנטע טעג, וועלכע וועט געמאלדן ווערן ביי די ערשטע געלעגנהייט!
כסדר'דיגע אפדעיטס און אינפארמאציע קען מען הערן אויף די אינפארמאציע ליניע פונעם וועד הפעולה 1888.407.0592
תוקן על ידי פאפיטא ב- 31/05/2010 19:13:46
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2010 18:41 |
|
| |
אפגעזעהן צו ביבי וועט קומען אדער נישט וועט די פראטעסט האבן א מעכטיגע אנטי ציונות אפקלאנג ארום די וועלט- וואס דאס איז דאך די עיקר ציל מיט דעם גאנצע מערכה- ספעציעל יעצט ווען די גאנצע מידיא וועל איז אויף מיט די ישראלישע אטאקע און אלע אויגן ציען קיין וואשינגטאן אויב נתניהו וועט קומען אדער נישט, וועט דער מעסיזש אפהילעכען אין די גאנצע וועלט, מעגליך ווי קיינמאל ביפאר, אזא געלעגנהייט מאכט זיך נישט יעדן טאג----כולנו למערכה לקדש שם שמים,
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2010 18:47 |
|
| |
יואלי אפגעזעהן וואס דו האלטסט, אבער טאמער די רבנים הגאונים שליט"א ובראשם רבינו שליט"א וועלן באשליסן אנדערש איז זייער הוראה אונז מחייב, און נישט דיינע געפילן.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2010 18:48 |
|
| |
ווי געשריבן ביים אנהייב פון אשכול, איז דער "וואשינגטאן פראטעסט" אפגעשטעלט לעת עתה.
דיטאלן וועלן נאכפאלגן שפעטער.
כסדר'דיגע אפדעיטס און אינפארמאציע קען מען הערן אויף די אינפארמאציע ליניע פונעם וועד הפעולה 1888.407.0592
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2010 19:22 |
|
| |
ווער סאיז אביסל באקאנט אין די האסטאריע פון מערכות למעון כבוד שמים ווייסט פון עטליכע פעלער ווי גרויסע מאסן פראטעסטן זענען אפגעריפען געווארן בעת סהאט זיך אנטוויקעלט אנגעצויגענע געשעענישן צווישן די אראבער און מדינת ישראל, די רבינס שיטה איז קלאר: בעת די אראבערס זענען אנגעצויגען און קומען ארויס אין די מאסן אויפגעברויזטערהייט קעגן מדינת ישראל איז נישט קיין צייט פאר מחאות פון אונזער זייט, די פשוטע סיבה איז אז סזאל נישט אויסזעהן אז אונז קומען ארויס זיך אנצינעמען פאר די קריוודע כלפי די אראבער, נאר מיר מיינען כבוד שמים, יעדעס חדר יונגעל האט געוויסט אז בשעת מלחמה ובשעת חירום, זיצען מיר פארלייגט---דאס איז אבער נישט גענוג אפצישטעלן די פראטעסט אין מאנהעטען ווי די ארגענעזירער גייען ארויס מוחה זיין קעגן סאכדעס, איצא, סאטמאר, וכו יעדן אויסער די ציונים, זיי קענען ווייטער אנגיין אויסצישרייען זייער וויי געשריי..... כאטש די אנגעצויגענע צייט---------
תוקן על ידי יואלי808 ב- 31/05/2010 19:23:26
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2010 19:59 |
|
| |
פארשטייט זיך אז ר יונה האט אויך אין תשכז געשריגן אז סאטמאר איז חוזק פארן קענסלען די דעמאלדיגע פראטעסט
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2010 20:05 |
|
| |
ווער ס'איז אביסל באקאנט מיט די היסטאריע פון די זאליס ווייס אז זיי זענען פול אוף בי עס, זיי פלאנען און קענסלען רעגולמעסיג, און אלץ איז עמעצער שולדיג, אמאל די שוויגער, אמאל דער פייער און אמאל דער רבי זי''ע, ווען איז דאס געווען דעם רבינס שיטה אז ווען די אראבער זענען אנגעצויגן טאר מען נישט גיין פראטעסטירן?, דאס איז קיינמאל נישט געווען, דער רבי האט נאר נישט געלאזט גיין צוזאמען מיט די אראבער, אבער אויב גייט מען עקסטער איז זייער אנגעצויגענקייט נישט קיין אישא, די אראבער זענען שוין אנגעצויגן אויף מדינת ישראל פאר די לעצטע 62 יאר, אבער דא האבן די זאליס געהאט א פראבלעם, ווייל שכל דיקטירט אז אויב קענט איר נישט פארן קיין וואשינגטון, שטעלט אייך כאטשיג צו צום פראטעסט אין ניו יארק, און דאס איז דאך ביהרג ואל יעבור, נאך ארגער פון גיין אין בג''ץ, נו, וואס טיט מען, מען קען דאך נישט בלייבן חוזק, איז מנשה סילוף אויפגעקומען מיט א פלאן, מען וועט באשולדיגן דעם רבינס שיטה, און במילא איז די זעלבע שיטה אין וואשינגטון ווי אין ניו יארק, און אזוי איז געבוירן געווארן קענסעלעישאן נומבער 4, 2 ארץ ישראל נסיעות, 1 נעילת החג צערעמאניע, און אצינד דער וואשינגטאן טריפ.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2010 20:09 |
|
| |
און מיר שוטים האבן נישט געוויסט אז אין ראטס לאגער געפינען זיך אזעלכע חכמי חרשים ווי גערעכטער, און זיי וועלן באלד כאפן אויפ'ן ווינק די גאנצע מעשה.
ווער ווייסט? קען זיין אז מ'וואלט קיינמאל נישט געקענסעלט נאך אזא באמבאסטישע אויפדעקונג און אנאליז.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2010 20:15 |
|
| |
גערעכטער, מיט דיין גרויס וויסענשאפט אין די היסטאריע וואלט איך מיך שוין אן עיצה געגעבן, אבער מיט דיין כאריזמע....דאס קען איך בשום אופן נישט קעגנשטעלן...
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2010 20:19 |
|
| |
אמיגא און יואלי, גיט גענעטפערט!!! 
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2010 20:27 |
|
| |
פארוואס שמעט מען זיך מיט די פשוט'ע סיבה א פאקט וואס יעדער פארשטייט אז ראש הכופרים קומט נישט קיין וואשינגטאן איז א שאד צו פארען די גאנצע סיבה פין די נסיעה ביז וואשינגטאן איז דאך נאר געווען (כ'האף אזוי) ווייל דער ראש הכופרים גייט דארט זיין
איז אייך בייגעפאלען דעם אמת אויך?
דרייטס נישט קיין קאפ עס גייען קיין פראטעסטן זיך נישט ארגענעזירן איבערנאכט פין די אראבער (וואס די מידיע ווייסט יעצט)
אין די צדרייטע אקט וואס די מדינה האט געטוהן די נאכט מאכט נאכנישט פאר א ,,שעת,, מלחמה מ'האט -קיינמאל- נישט געקענסעלט א פראטעסט פאר אזא סיבה
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2010 20:31 |
|
| |
טאקע קיינמאל נישט. האסט געפרעגט אלע דיינע חברים אין ישיבה קטנה עצי חיים, און קיינער געדענקט נישט. זאג דיין טאטן זאל מיך קאלן.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2010 20:53 |
|
| |
יעצט געהערט קראנט אז די גאנצע פראטעסט איז געקענסלט
ווייל כ''ק גאב''ד ירושלים שליט''א האט אנגערופן און געפאדערט
שטרענג אז מען זאל שוין ארויסגיין פון בעגא''ץ און טאמער נישט
זאל מען זיך נישט וואגן צו פראטעסטירן
ופני זאליס חפו........
לאכטס נישט דאס האט מיר געזאגט אן אהרוני מיטן פולסטן תמימות נעבעך
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2010 21:39 |
|
| |
NEWS UPDATE
BREAKING NEWS: Satmar Williamsburg Cancels Major DC Protest; Satmar Kiryas Yoel Continues With Scheduled Manhattan Protest(Monday, May 31st, 2010) On a day that can only be described as tumultuous for Jews across the globe, Satmar Chassidim, under the leadership of the Satmar Rebbe from Kiryas Yoel (Rav Aron Teitelbaum) will be staging a major protest in Manhattan, Memorial Day afternoon, against the ongoing excavations in Ashkelon & Jaffa. On Tuesday, Satmar Chassidim under the leadership of the Satmar Rebbe from Williamsburg (Rav Zalman Leib Teitelbaum) were scheduled to hold a major protest in Washington D.C. To coincide with the visit of Israeli PM BB Netanyahu. After feverish behind the scenes efforts, the protest in DC was cancelled after the Prime Minister abruptly returned home to monitor escalating events in the Middle East.
Still on the table is today's scheduled protest organized by Rav Ahron Shlita and signed by Rav Aryeh Malkiel Kotler Shlita. Many in senior community leadership positions across Klal Yisroel are urging the organizers to cancel lest the international community see a fractured and divided Jewish community- TODAY. One can only wonder what the ramifications of a major protest condemning Israel by thousands of American Charedi Jews – on the same day that the entire world is condemning Israel will be.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2010 23:15 |
|
| |
סי ען ען האט יעצט באריכטעט איבער א היציגע אראבישע פראטעסט אין טיימס סקווער
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2010 23:48 |
|
| |
אפיציעלע דעקרעט פון התאחדות הרבנים

תוקן על ידי פאפיטא ב- 31/05/2010 23:48:56
|
|
|
|
|