חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!! תושבי קרית אטעמט אפ און האפן צום אייבירשטען אז זיי זאלן ווייטער מאכן אזעלעכע ספין'ס ביי יעדע חתונה און אונז לאזן מנוחה
תוקן על ידי המהדרין ב- 01/06/2010 21:01:15
נשלח ב-1/6/2010 04:37
נאך די געלונגענע סידור קידושין דורך הרב ר' שמוא' דוד שליט"א בשליחות המרא דאתרא של כל בני הגולה והגלילות. איז שוין גארנישט קיין פראבלעם מיט די חתונות אין די בני יואל קהלה.
פשוט כפשוטו. דער קרוב מצד החתן גייט אריבער בחשאי צום קרית יואל'ער רעבין און מעלדט עהם איין אז ער קען עהם מאכן פאר א שליח און אזוי ראטעווען גאנצע דורות פון ח"ו נכשל ווערן מיט די ערגסטע מכשולות. און דע רבי שליט"א ברוב צדקתו מאכט עהם תיכף פאר ש שליח לקידושין און הכל יבא על מקומו בשלום.
האט זיך אבער געמאכט א פראבלעם אז היינט נאכמיטאג האבן די מחותנים געזוכט דעם רעבי'ן און נישט געטראפן אינדערהיים. און דעריבער האבן זיי א גרויסע פראבלעם. זיי ווילן עם געבן די כבוד לפנים משורת הדין חאטש זיי האלטן נישט אז ער איז גערעכט. זיי האלטן נישט אז ער איז דע רבי פון כל אפסטעיט ניו יארק, נאר פון זיין קהלה בקרית יואל. נאר לפנים משורת הדין וועלן זיי עהם געבן די כבוד המדומה אז ער וואלט ראוי געוועהן צו זיין אויך דער מרא דאתרא מכל הגלילות מסביבות קרית יואל. און זיי ווילן עהם מכבד זיין מיט דעםזעלבן כיבוד וואס ר' חיים לייב סאקס האט עהם מכבד געוועהן. דהיינו ער זאל שיקן אשליח לקדש דעם קרוב מצד החתן צו זיין מסדר קדושין ע"י שליחות. נאר יעצט איז דער רבי נישט אינדערהיים. ער איז אין מאנהעטן ביים איזראעלישן קאנסול מוחה זיין אקעגן דעם ראש הכופרים וואס איז נישט דאהי מחמת סיבה, זיין שווער דעם חבר האגודה מיט די גאנצע פארטיי. אזוי אויך מוחה זיין אקעגן די קאנסול וואס איז פארשפארט, ובעיקר אקעגן די התאחדות הרבנים וואס ווילן נישט איינערקענען אז ער איז רבן של כל בני הגולה.
בלית ברירה וועלן די מחותנים מכבד זיין מיט סידור קידושין א רב וואס איז נישט אין מאנהעטען.
קרעדיט: צבי הירש
נשלח ב-1/6/2010 04:45
ברעיקינג!!!
די צוויי מחותנים פאלאקאוויטש-שווארץ האבן מכבד געווען ר' אהרן מיט סידור קידושין און ר' אהרן האט מכבד געווען ר' שמשון שווארץ זאל זיין דער שליח במקומו...!
און אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז די 3 מחותנים וואס האבן חתונה געמאכט אין די בני יואל זאל האבן געפרעגט פון ר' אהרן רשות למפרע אויף די סידור קידושין, און ער האט זיי עס געגעבן. א סוף צו די פסולי קידושין!!!
נשלח ב-1/6/2010 17:29
א מחותן וואס דארף חתונה מאכן נעקסטע וואך אין פאראדייס איז אריין צו ר' אהרן אזוי ווי ער הערט אז מ'געט לעצטענס רשות זיך אליינס צו קלויבן א רב פאר סידור קידושין וויל ער דא בעטן רשות פונעם רבין,
מ'האט אים געענפערט אז נאר אין די בני יואלע זאל געט מען רשות...
סדערמאנט זיך די מעשה ווען א מלמד האט געסטראשעט אין חדר אז היינט גייט מען אהיים 5 מינוט שפעטער, דערווייל דערזעט זיך די רבי אז אלע קינדער זענען שוין ארויסגעלאפן פון חדר, געט ער א שריי אויס, קינדער מ'מעג שוין גיין...
קאמענטארן זאל זיך יעדער אליינס זאגן....
נשלח ב-1/6/2010 17:52
אוי ארויניםלעך. איר זענט צוקער-זיס.. כ'מיין אז כ'טשעינזש מיך אריין צו אייך אין פארטיי אריין.
איר קענט איינפאך נישט האבן קיין דורכפאל. איר זענט פלאפ-פרוף.
לכאורה גייט דע נאכט פאלן א שווערע שניי אויף די קרית יואלע גאסן... אזאנס וואס מ'האט שוין לאנג נישט געזען..
נשלח ב-2/6/2010 05:26
א שניי? א מבול!
נשלח ב-2/6/2010 05:54
SatmarText: FACT: Mechiten BNSchwartz called Rabbiny 2 SKiddishen, Rebbe made Shliach Zaida R'Shimshon! MY Tennbaum was MK"d. All Anash left right away!
דאכט זיך אז קאמענטארן זענען גענצליך איבריג...
מ'שטיינס געזאגט אז די מחותנים פון היינט נאכט זענען ממש צושאקעלט אז די 35 טויזענט אהרונים וואס זענען געווען ביי די חתונה היינט נאכט האבן אפגעטראגן ווי נאר מ'האט אויסגערופן דעם מסדר קידושין. נעבעך!
נשלח ב-2/6/2010 06:13
ווייסט איינער ווער זענען די אזוי געריפענע ארוינים וואס האבען געוואקט פין זאל אפשר די שווארטץ'לעך אדער די פאלקאוויטש ווער זענען די ארוינים וואס זענען בכלל דארטען געווען קען איינער ענטפערין
נשלח ב-2/6/2010 08:30
ממש א נחת צוזעהן וויאזוי ברוך נחום האט געשפיעלט מיט די ילדים, שוין טעג וואס מפייערט זיג, יעדער ברעכט זיך פאר זיי טערראר ארביייט, בנ"י קען פארמאכן דעם זאל וכו' יונה האט עס אנעלעזירט אז די בני יואל שוינען זייער קינדער די פסק פונעם פוסק הדורות שאקלט וועלטן, ראט איז מכבד ר' שמשון שווארץ נישטא ווער זאל לאכן
אריינוואנדערונג אינעם ארוינישן קינדערגארטן פארום ווער איך גאר געוואר אז די טעראריסטן זענען גאר די בני יואל'ס', דאס האבן זיי פאר א דבר פשוט (אויף די מינוט פארשטייט זיך) אז: א) ברוך נחום האט גאר קיין ליצנות נישט געמאכט ב)אז דער אבי הכלה איז מכבד מיט סידו"ק ג) אז הצ' ר' שמשון שווארטץ וועט זיין א שליח פון א מיצר לישראל ד) ס'האט "געהייסן" אז רש"ש גייט זיין מסדר
איי וועסטאך פרעגן אז ס'נישט געווען אזוי למעשה, איז דא צוויי אפשענס אויב קען מען פארציילן פאר די קעלבער אז סיז ליגענט דהיינו "ער איז יא געווען" הרי טוב, אויב נישט ווייל אפאר קעלבער האבן זיך באטייליגט לכבוד דעם שליחות, דעמאלטס איז דא א בעסערע תירוץ - טעראר - איר הערט גוט, בני יואל האט טערארזירט די מחותנים אז זיי מוזען טוישן מסדר קידושין, און בי סופרייזד זיי קענען בעסער ווי די מייק טראקס ... דא לאכט מען
נשלח ב-2/6/2010 16:38
אבי גערעדט דא זעט מען אז דער פוסל הדורות ר' געציל פעראל דיין אין ק"י האט יא א כח אז אפי' די בני יואל'ס מיט די זאליס טיען זיך אן א העלמעט ווייל דער האט געהייסן
דעס איז פין די נעכטיגע חתונה אין עטרת מאיר צבי
באקימען אויף אימעל די נאכט
נשלח ב-2/6/2010 16:40
פארפאלן, איך בין מודה, א גיט שטיקל, איך בין געווען ביי די חתונה, זייענדיג א נאנטע משפחה, אבער ווי נאר מען האט אויסגערופן מאיר יודל צו סידור קידושין האבן מיר זיך אויפגעהויבן און אהיים געגאנגען, בערך א 12 ביז 15 מענטשן זענען אהיים געגאנגען ווען איך בין אהיים, עפ''י רוב די קרית יואל'ער וואס זענען נדארט געווען פרי, און היבש מענטשן וואס זענען געווען אינטערוועיגענס זענען בכלל נישט אריין נאר האבן זיך אויסגעדרייט און אהיים געגאנגען נאכן הערן הערן אז הכזונה יעשו את אחותינו, ונבלה נעשת בישראל, ,
איך האב נאכנישט מברר געווען פונקטליך וואס דא איז געווען צו ס'איז לכתחילה אזוי געווען געפלאנט, צו מען האט געפרעשערט דעם מחותן, אדער צו שמשון שווארץ האט דאס איבערגעגעבן בתמימות, איך ווייס נאכנישט, איין זאך ווייס איך אז דער מחותן האט מיר געזאגט קלאר אז מען האט מכבד געווען ''מיין'' רבי מיט סידור קידושין און אז ער האט מכבד געווען שמשון שווארץ, ווי און פארוואס ר' מאיר יודל האט מסדר קידושין געווען ווייס איך נישט, אבער דאס איז זיכער, אז אפגעטון האבן זיי בעיקר נאר די געסט פון די שטאט וואס האבן זיך געשלעפט א קיימא לן פון דריי שעה פאר גארנישט, למעשה איז עס נישט ממש פאר גארנישט, זיי האבן מקדש השם געווען און געוויזן אז דער פסק פונעם הייליגן דברי יואל איז קיימא וקאי, וזאת התורה לא תהא מוחלפת, וכשם שנוטלין שכר על... כך נוטלין שכר על הפרישה.
תוקן על ידי המהדרין ב- 02/06/2010 16:57:57
נשלח ב-2/6/2010 17:49
גערעכטער, דיינע ווארימע רייד זענען ווי באלזאם צו מיין נשמה...
אזא פרייליכע נאכט ווי נעכטן האב איך שוין לאנג נישט געהאט... און איצט מאכסטו מיר מיין טאג אויך.
איך ווייס נישט ווער ס'געווען דער ארכיטעקט פון דעם געלונגענעם שטיקל, אבער ווער ס'געווען זאל וויסן אז ס'געווען אזאנס און אזעלכעס!
איך האלט אז בעת ווען דער מחותן האט דיר געזאגט אז ער האט מכבד געווען "דיין רבי", האסטו אים אויך געדארפט ווארענען חד משמעית אז אין קעיס ער האלט נישט איין זיין פארשפרעכונג, דעמאלט וועסטו טאן דעם דראמאטישן שריט און פארלאזן דעם זאל..
לויט ווי איך הער איז אין די רגע וואס דו האסט פארלאזט דעם זאל אנטשטאנען א טרויער; מ'האט פארלאשן די מוזיק און צוריקגעטראגן די פלייש אין קיך, און דער עולם האט זיך געזעצט קלאגן אויף דער ערד.
וואס זאל איך דיר זאגן? אקס איינער!
נשלח ב-2/6/2010 17:59
גערעכטער1 כתב:
וכשם שנוטלין שכר על... כך נוטלין שכר על הפרישה.
לכבוד ידידי התלמוד חכם תלמידו של אותו תלמוד חכם... דרישה ספעלט מען ד-ר-י-ש-ה. סתם זאלס וויסן פאר נעקסטע מאל